רוי:בארג סיני

בארג וואו די תורה איז געגעבן געווארן
ווערסיע פון 18:12, 27 מאי 2024 דורך רושם רשימות (שמועס | ביישטייערונגען) (שיפור הלשון, וכמה הוספות)

הַר סִינָי (אדער חוֹרֵב) איז א בארג אין מדבר סיני ראיאן. דערויף האט השי"ת זיך אנטפלעקט צו כלל ישראל און זיי איבערגעגעבן די תורה.

בארג סיני אין תנ"ך

אין די תקופה פון שיעבוד מצרים, ווען משה האט זיך געפונען אין מדין און געפאשעט זיין שווער יתרו'ס שעף, האט ער זיי געפירט צום מדבר, און איז אנגעקומען צום "געטליכן בארג צו חורב". השי"ת האט זיך דארט באוויזן פאר משה רבינו "מתוך הסנה", מיט'ן באפעל צוריקצוגיין קיין מצרים, און גיין אויסלייזן די אידן פון דארט[1]. דער אויבערשטער האט אים דאן געגעבן א צייכן אז ער האט אים געשיקט: ווען דו ציסט אַרויס דאָס פאָלק פון מִצרַיִם, וועט איר דינען גאָט אויף דעם דאָזיגן באַרג[2].

אין יאר ג'תמ"ד, אויפ'ן וועג ארויס פון מצרים גלייך נאכ'ן זיין אין רפידים זענען די אידן אנגעקומען קיין מדבר סיני, ווי ס'שטייט: ”בַּחֹדֶשׁ הַשְּׁלִישִׁי לְצֵאת בְּנֵי יִשְׂרָאֵל מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם בַּיּוֹם הַזֶּה בָּאוּ מִדְבַּר סִינָי, וַיִּסְעוּ מֵרְפִידִים וַיָּבֹאוּ מִדְבַּר סִינַי וַיַּחֲנוּ בַּמִּדְבָּר וַיִּחַן שָׁם יִשְׂרָאֵל נֶגֶד הָהָר” (שמות יט, א). דורכאויס די צייט וואס זיי האבן זיך אויפגעהאלטן נעבן בארג, האט זיך אפגעשפילט דער מעמד הר סיני וואו די תורה איז געגעבן געווארן פאר די אידן, און זיי זענען געווארן אויפגענומען אלס דער פאלק פון השי"ת.

נאכפאלגנדיג די קבלת התורה, איז משה רבינו ארויף אויפ'ן בארג, פון וואו ער איז ארויף אין הימל אויף פערציג טעג און פערציג נעכט.

אין צייט וואס די אידן האבן געוויילט צופיסנס פונעם בארג איז פארגעקומען די חטא העגל[3].

שפעטער איז דארט געבויט געווארן די משכן, און דארט זענען אויך אוועק נדב ואביהוא ווי ס'שטייט[4]: ”וַיָּמָת נָדָב וַאֲבִיהוּא לִפְנֵי יְהוָה בְּהַקְרִבָם אֵשׁ זָרָה לִפְנֵי יְהוָה בְּמִדְבַּר סִינַי”.

א יאר דערנאך האט דער באשעפער דארט באפוילן איבער דעם פסח דורות, און שפעטער אויך אויף פסח שני[5].

און דארט איז משה רבינו באפוילן געווארן צו ציילן די אידן[6].

נאך וואס אליהו הנביא האט גע'הרג'עט די פיר הונדערט נביאי הבעל און איזבל האט אים געסטראשעט מיטן טויט, איז אליהו געגאנגען דורכאויס פערציג טעג און נעכט ביז צום בארג סיני[7].

נקרת הצור

די בארג פארמאגט אויף זיך א שטיין, וואס אין איר איז אריינגעגראבן א הייל[8], ווי ס'שטייט אז דער באשעפער האט געהייסן משה רבינו דארט שטיין[9]: ”וַיֹּאמֶר ה' הִנֵּה מָקוֹם אִתִּי וְנִצַּבְתָּ עַל הַצּוּר, וְהָיָה בַּעֲבֹר כְּבֹדִי וְשַׂמְתִּיךָ בְּנִקְרַת הַצּוּר וְשַׂכֹּתִי כַפִּי עָלֶיךָ עַד עָבְרִי”. די סיבה פארוואס משה האט געדארפט שטיין אין די "נקרת הצור" איז כדי נישט צו זעהן דעם באשעפער[10]. זייענדיג דארט האט דער באשעפער איבערגעגעבן פאר משה די י"ג מידות של רחמים און באפוילן אויסצולערנען פאר די אידן דעם "סדר התפילה", און זיי זאגן אז דער באשעפער וועט אלעמאל צוהערן צו זייערע תפילות.

אזוי אויך ווען אליהו הנביא איז אנטלאפן פון אחאב און איזבל איז ער אריין אין די הייל[11] ווי ס'שטייט: ”וַיֵּ֜לֶךְ... עַ֛ד הַ֥ר הָאֱלֹהִ֖ים חֹרֵֽב, וַיָּבֹא שָׁ֥ם אֶל הַמְּעָרָ֖ה”[12], ווי דארט האט ער אויך געהאט די מורא'דיגער התגלות פון באשעפער צו אים[13]: ”וַיֹּ֗אמֶר צֵ֣א וְעָמַדְתָּ֣ בָהָר֮ לִפְנֵ֣י ה' וְהִנֵּ֧ה ה' עֹבֵ֗ר וְר֣וּחַ גְּדוֹלָ֡ה וְחָזָ֞ק מְפָרֵק֩ הָרִ֨ים וּמְשַׁבֵּ֤ר סְלָעִים֙ לִפְנֵ֣י ה', לֹ֥א בָר֖וּחַ ה', וְאַחַ֤ר הָר֨וּחַ רַ֔עַשׁ לֹ֥א בָרַ֖עַשׁ ה', וְאַחַ֤ר הָרַ֙עַשׁ֙ אֵ֔שׁ לֹ֥א בָאֵ֖שׁ ה', וְאַחַ֣ר הָאֵ֔שׁ ק֖וֹל דְּמָמָ֥ה דַקָּֽה”.

בארג סיני אין חז"ל

אויף די נאמען "סיני" שטייט אין גמרא: ”מאי הר סיני הר שירדה שנאה לעכו"ם עליו[14]. אויף די נאמען "חורב" שטייט ”ולמה נקרא הר חורב, שירדה חורבה לעכו"ם עליו” (שבת פט, ב.).

”הקב"ה הניח כל הרים וגבעות והשרה שכינתו על הר סיני ולא גבה הר סיני למעלה, אמר רבי יוסף לעולם ילמד אדם מדעת קונו שהרי הקב"ה הניח כל הרים וגבעות והשרה שכינתו על הר סיני”[15].

אמר רבה בר בר חנה[16]: ”זימנא חדא הוה קא אזלינן במדברא ואיתלוי בהדן ההוא טייעא... אמר לי: תא אחוי לך הר סיני. אזלי, חזאי דהדרא ליה עקרבא וקיימא כי חמרי חוורתי. שמעתי בת קול שאומרת: אוי לי שנשבעתי, ועכשיו שנשבעתי מי מפר לי? כי אתאי לקמיה דרבנן, אמרו לי: כל אבא חמרא, כל בר בר חנה סיכסא; היה לך לומר: מופר לך! והוא סבר: דלמא שבועתא דמבול הוא. ורבנן - א"כ, 'אוי לי' למה?”.

אמר רבי יהושע בן לוי[17]: ”בכל יום ויום בת קול יוצאת מהר חורב ומכרזת ואומרת: "אוי להם לבריות מעלבונה של תורה"”.

אמר רבי פנחס בשם רבי ראובן[18]: ”עתיד הקב״ה להביא סיני ותבור וכרמל וחרמון ולבנות ביהמ״ק עליהם”.

אָרט פון בארג סיני

עס זענען פארהאן מערערע מיינונגען צווישן די חוקרים, איבער'ן אידענטיטעט פון דער בארג, און דער געאגראפישער שטח וואו עס געפונט זיך.

דזשאבעל מוסא

 
דזשאבעל מוסא
 
קאָנווענט פון סאַנטאַ קאַטערינאַ נעבן דזשאבעל מוסא

דזשאבעל מוסא [-משה] איז דאס מערסטע באקאנט צו אידענטיפיצירן אלס בארג סיני. דאס שטאמט פון א קריסטליכע טראדיציע, וואס לויטעט אז די קעניגן הלנה, מאמע פונעם קייסער קאנסטאנטין דער גרויסער, האט ערקלערט דאס ארט אלס דעם בארג סיני. אום ד'רפ"ז האט דער ערשטער יוסטיניאנוס קייסער געבויט אויפן פלאץ די קלויסטער סאַנטאַ קאַטערינאַ.

ס'איז פארהאן דארט אלס טייל פון דעם בארג-קייט, א נידריג און באַוואוסט שטיין פעלז, וואס איז באקאנט מיט'ן נאמען 'ראס סופסאפא', וואס עס איז פארהאן וואס אנערקענען דאס אלס דעם בארג סיני. אבער אסאך ארכעאלאגן זענען נישט מסכים דערמיט אז דאס איז טאקע די בארג סיני, און זאגן אז ס'קען פונקט אזוי זיין אנדערע בערג דארט אין געגנט.

בארג קראָקוס

 
בערג-קייט אין נגב

בארג קראָקוס (אויף אראביש: דזשאבעל עידיד) איז א בארג אין די דרום זייט אין ארץ ישראל ביים נגב. אין די געגנט זענען פארהאן אומגעווענליכע קאנצענטראציעס פון ארכיאלאגישע געפונסן, און שטיין קונסטן. די בארג איז געווען אנגענומען ביי די ארטיגע באפעלקערונג אין דער תקופה פון נאך דעם מבול אלס הייליגע בארג, אסאך מענטשן האבן געבויט זייערע וואוינונגען צופוסנס פונעם בארג, און טייל זענען ארויף אויפן הייך צו מאכן זייערע רעליגיעזע ריטואלן. אויך איז די געדיכטקייט פון די באזעצטע ערטער העכער ווי אין סיי וועלכע אנדערע געגנט וואס מען האט ביז יעצט געפארשט אין די נגב און סיני, טראץ די שיטערע וואסער דארט אין געגנט.

דער ארכיאלאג עמנואל ענתי האט פארגעשלאגן צו אנערקענען אין בארג קראָקוס אלס דער בארג סיני, א פארשלאג וואס איז נישט אנגענומען געווארן אויף מערהייט פון פארשער.

סארביט אל-חאדאם

סארביט אל-חאדאם איז א ברייטע ארכיאלאגישע געגנט וואס געפונט זיך אין מערב סיני, מיט לאנגע יארן צוריק איז דאס געווען א מינע פון וואו מ'האט ארויסגעגראבן טערקוויז שטיינער פאר די מצרי'שע מלכות.

דאקטאר צבי אילן האט פארגעשלאגן איינצוזעהן אין סארביט אל-חאדאם דאס בארג סיני, א פארשלאג וואס איז נישט אנגענומען געווארן אויף א מערהייט פון פארשער.

דזשאבעל אל-לווז

דזשאבעל אל-לווז געפינט זיך אין סאודי אראביע וואס איז די פארצייטישע מדין. עס איז פארהאן א טעאָריע אז די אידן זענען אריבער אין סיני ביז צו נואוועיבאַ אדער צו שאראם-א-שייך, דארט זענען זיי אריבער דעם ים סוף, און זענען צוגעגאנגען צום דערנעבנדן דזשאבעל אל-לווז און דארט באקומען די תורה.

די טעאריע איז נישט אנגענומען געווארן ביי פארשער, צוליב דעם וואס ס'איז קיינמאל נישט באפעסטיגט געווארן מיט באווייזן, אזוי אויך זענען פארהאן אפאר אנדערע שוועריגקייטן איבער די טעאריע אז בארג סיני איז אין מדין געגנט, ווי פאלגנד:

  1. די ווייטקייט צווישן גושן און מדין איז בערך 450 קילאמעטער, וואס שטימט נישט צו דעם וואס עס שטייט אין תורה איבער די נאנטקייט פון בארג סיני צו מצרים.
  2. ווען משה בעט פון חובב בן רעואל המדיני, ער זאָל זיך מיטרייזן מיט זיי אין מדבר, זאגט זיך חובב אפ, זאגנדיג: ”וַיֹּאמֶר אֵלָיו, לֹא אֵלֵךְ: כִּי אִם-אֶל-אַרְצִי וְאֶל-מוֹלַדְתִּי, אֵלֵךְ”, און אויב ווי פארגעשלאגן אז דער בארג סיני איז אין מדין, איז דאס דאך אין זיין געבורט-ארט און די אפזאג האט נישט קיין פשט.
  3. די אידענטיפיקאציע פונעם בארג אין דעם געגנט שטימט נישט מיט דער שילדערונג פון דער רייזע פון ​​פאלק ישראל אין סיני ווי געשילדערט אין דער תורה, און קרויזט אויס אנדערע סטאנציעס אין מדבר ווי מדבר סיני, סין, שור, וועלכע זענען היינט אידענטיפיצירט מיט מער זיכערקייט.

דזשאבעל סִין בִּישָׁאר

דזשאבעל סִין בִּישָׁאר געפינט זיך אין מערב זייט פון וואדי סודער, פראפעסאר מנשה הראל האט פארגעשלאגן דזשאבעל סִין בִּישָׁאר צו אנערקענען אלס בארג סיני[א]. דער פארשער יוסף גינת איז נישט מסכים מיט הראל'ס השערה, און טענה'ט אז דער באדייט פונעם נאמען אין דער לאקאלער שפראך איז "שן בוקעת"=א "שפאלטנדע צאן"[19].

דזשאבעל חאלאל

א צאל פארשער צווישן זיי יוחנן אהרוני האבן פארגעלייגט צו איינזעהן אין דזשאבעל חאלאל אלס דעם בארג סיני. דאס געגנט ווי די בארג דעפונט זיך שטימט מיט זייערע טעאריעס איבער די צפון וועג רייזע פון די אידן ביים ארויסגיין פון מצרים. דאס בארג איז אויסגעוועלט געווארן צוליב איר נאנטקייט מיט עין קאדיראת און עין קאדיס וואס טייל פארשער אנערקענען אלס קדש ברנע וואו די אידן האבן געוויילט אינטערוועגנס. "קלאַודע סקודאַמאָר דזשאַרוויס" (Claude Scudamore Jarvis), דער בריטישער סיני גאווערנאר אין די ה'תר"צ יארן, האט פארשטערקערט די טעאריע מיט דעם אז די נאמען פון דעם בארג אויף אראביש איז טייטש: "מותר", און אין דעם קאָנטעקסט פון מקריב זיין קרבנות איז דאס טייטש: "הייליג און לעגאל". די קריטיק וואס פארשער האבן איבער דעם פארשלאג איז אז די ארכעאלאגישע געפונסן וואס זענען אנטדעקט געווארן אין די געגנט פונעם בארג זענען פון דער שטיין-עפאכע יארן, און פון דער רוימישער-ביזאַנטין תקופה, און די צוויי צייטן שטימען נישט מיט דער אידישער דאַטום פון ​​יציאת מצרים.

דזשאבעל חשם א-טריף

דזשאבעל חשם א-טריף איז א בארג וואס געפינט זיך אין צפון-מזרח פון סיני, ווייט 20 קילאמעטער פון די גרעניץ צווישן ארץ ישראל מיט מצרים, און א קילאמעטער ווייט פון דרום פון די נחאל-טאבא וועג, הויך 874 מעטער העכער דעם ים פלאך. ס'זענען פארהאן פארשער, די אָנגעזעענסטע פון זיי זענען דער פילם-רעזשיסאָר יעקב קאַמעראָן[20], און דער זשורנאַליסט פארשער שמחה יאקאבאָוויטש, וואס ווילן פארשלאגן אז די בארג איז די בארג סיני, און אויף דעם ארויף אויף העברעאיש האט דאס באקומען דעם נאמען "הר השם" = גאט'ס בארג.

לויט זיי איז צוליב אפאר סיבות דזשאבעל חשם א-טריף דער בעסטער פארשלאג צו אנווייזן זייענדיג דעם בארג סיני, ווי פאלגנד:

  1. די ארט פון בארג סיני איז פארצייכנט דריי מאל אין תורה, יעדער מאל לויט די ווייטקייט פון א געוויסן אנדערן ארט, און די בארג איז די איינציגסטע וואס די ווייטקייט שטימט מיט די דריי אנווייזונגען.
  2. אויפן בארג איז פארהאן א צייכן פון אן אלטן קוואל וואסער וואס איז דארט געווען[ב].
  3. די בארג איז אונטערוועגנס וואו די אידן זענען געגאנגען וואנדערנדיג אין מדבר.

טראץ דעם האט די מצרי'שע מיליטער נישט ערלויבט קיין צוטריט און צו דורכפירן דארט ארכיאלאגישע ארבעט פראצעדורן, און היטערס היטן אפ אז מ'זאל נישט צוקומען צו דעם בארג.

אמי קוסי

 
א סאטעליט בילד פונעם סאהארא
 
א וואולקאן

אמי קוסי (ענ') איז א וואולקאן וואס געפינט זיך אין צפון פון טשאד, וואס דער פארשער יוסף איידלבערג[21] וויל דאס באצייכענען אלס דעם בארג סיני. לויט זיין טעאריע זענען די אידן ארויס פון מצרים צו מערב ריכטונג, און זענען געגאנגען די ערשטע יארן אינעם היינטיגן סאַהאַראַ מדבר, וואו פון דארט זענען זיי אנגעקומען קיין אמי קוסי.

צו פארשטערקערן די פארשלאג צייכנט ער צו עטליכע זאכן, ווי פאלגנד:

  1. אסאך שטעט אין די געגנט וואס הייסן ווי שטעט דערמאנט אין תורה.
  2. די אויסשטעל פון די געגנט וואס איז מער ענליך צו דעם וואס ווערט דערמאנט אין די תורה ווי דער האלבאינזל וואס הייסט היינט סיני.
  3. די מערסטע פאסיג צו די פולע צייט וואס האט גענומען די אידנ'ס גיין דורכאויס די גאנצע וועג.
  4. די מערסטע פאסיג צו די פולע צייט וואס אליהו הנביא איז געגאנגען פון באר שבע צום בארג, דורכאויס פערציג טעג און פערציג נעכט[22].
  5. די ארטיגע באַמבאַראַ שפראך וואס ענדלט אביסל צו די אלטע לשון הקודש.

די שטיינער

עס זענען פארהאן שטיינער פון דעם בערגיגן געגנט וואס ווערט היינט גערופן מדבר סיני [אויסקלארונג פארלאנגט], וואס האבן אויף זיך אזעלכע שטריכן און צייכענעס אין א פארעם וואס זעט אויס ווי די צווייגן פון די דארנבוים 'סנה', די שטריכן פילן אן דעם גאנצן אינהאלט פונעם שטיין, אזוי אז אפילו מען צושפאלט די שטיין אויף קלענערע שטיקלעך פארבלייבט נאך אלס דערויף די צייכן פון א סנה. אין די פריערדיגע ספרים ווערט דאס שוין צוזאמגעשטעלט מיט דעם וואס די התגלות פון באשעפער צו משה רבינו איז געווען אויף די בארג סיני "מתוך הסנה". ס'זענען פארהאן וואס געבן אן אז די נאמען פון דעם בארג "סיני", איז באזירט אויף אט די דאזיגע דארטיגע 'סנה' שטיינער[23].

אין פירוש שם טוב אויף מורה נבוכים[24] שטייט אזוי: ”ואמר החכם רבי משה הנרבוני[25], וזה לשונו, ומה שראיתי אני מסכים לזה אעירך עליו, דע כי הר סיני העידו עליו כי האבנים הנמצאים בו יצויר עליהם הסנה, ולכן נקרא ההר ההוא הר סיני על שם הסנה, כמו שנגלה ה' למשה מתוך הסנה, ואחד מנכבדי ברצלונה מבני בן חסדאי הביא עמו מן האבנים ההם, וראיתי בו הסנה מצויר בתכלית הציור, והציור ציור אלהי, ושברתי האבן לחצאים ונגלה הסנה בכל חלק וחלק, וחלקתי אותו החלק לחצאים ונמצא הסנה מצויר בשטח כל חלק בפנימיותו, וכן פעמים רבות עד שהיו החלקים כדמות בוטנים, ועדיין הסנה בהם, ונפלאתי על זה ושמחתי עליה מאוד, כי הוא דרך להבין כוונת הרב, עד כאן לשון זה החכם”.

נאך לייגט צו אין מקור חיים[26]: ”וכשהלכתי לברצלונה שאלתי זה לתלמידים, והשיבו לי כי גם עתה האבנים קיימות, והאדם שהם בידו ברח לפירפיניאן בעבור המגיפה שהיא בברצלונה, וכשהלכתי לפירפיניאן העידו לפני כמה וכמה שראו אלה האבנים”.

אויך רבי שמואל אבן צרצה[27] און רבי יצחק בן משה הלוי אין "מעשה אפוד", ערצייגן זיך איבער די וואונדערליכע שטיינער. אנטקעגן זיי שטעלט זיך רבי יעקב עמדין וואס קריקיטירט גאר שטארק דאס[28] פראבע צוצוטרעפן הוכחות צו זאכן וואס זענען אנגענומען ביי אונז דורך מסורה.

די שטיינער זענען שוין באקאנט געווען אויך אין די גוי'שע וועלט אין די 13טער יארהונדערט[29].

די פארשער רופן די ערשיינונג "מאַנגאַנעס בלומען", און עס איז באשאפן ווי אַ רעזולטאַט פון די קריסטאַליזאציע פון מאַנגאַנעסע אַקסייד אין די שטיין[27].

מדבר סיני

 
מאפע פונעם היינטיגן אנגערופענע "מדבר סיני"

דער בארג סיני געפונט זיך אין מדבר סיני וואס איז אויף צפון פון די היסטארישע מצרים, און אויסער די דרום גרעניצן פון ארץ ישראל. אין צייט פון תנ"ך איז יענער גאנצער געגנט געווען א ליידיגער מדבר און עס איז נישט געווען אונטער'ן קאנטראל פון קיין שום לאנד. היינט איז דער נאמען 'סיני' פארברייטערט געווארן אויפ'ן גאנצן ראיאן, גערופן דער סיני האלבאינזל, און עס איז היינט אין די גרעניצן פון עגיפטן לויטן שלום וואס זיי האבן געשלאסן מיט מדינת ישראל אין יאר 1979.

לויט ווי עס קומט אויס פון די תורה[30] געפונט זיך דער בארג צווישן די מדבריות צין און פארן, ווי אויך צווישן לאנד עמלק און לאנד מדין. דער אָרט פון די צוויי מדבריות און די שייכות צווישן זיי איז נישט באקאנט אויף אַ וועג עס זאל זיין מעגליך צו באַשטימען זייער פּונקטליכן אָרט, כאטש אין תנ"ך איז מער קלאר א פארצייכנטער ארט[אויסקלארונג פארלאנגט][31], אזוי אויך איז דער פונקטליכער ארט פון בארג סיני דארט אין מדבר נישט באקאנט.

די גמרא[32] זאגט: "אמר ר' יוסי בר' חנינא, ה' שמות יש לו, מדבר צין - שנצטוו ישראל עליו, מדבר קדש - שנתקדשו ישראל עליו, מדבר קדמות - שנתנה קדומה עליו, מדבר פארן - שפרו ורבו עליה ישראל, מדבר סיני - שירדה שנאה לעכו"ם עליו"[ג].

ליינט מער

דרויסנדע לינקס

נאטיצן

  1. הראל האט געפארשט די גאנצע וועג וואו די אידן האבן געוואנדערט אין מדבר, און אין זיין בוך "מסעי סיני" שילדערט ער אלעס לויט ווי ס'שטייט אין תורה, און דארט באווייזט ער אסאך ערטער וואו די אידן זענען אדורך, וואו זיי געפונען זיך, און צווישן זיי די בארג סיני. עס איז באזירט אויף דעם וואס ס'געפינט זיך 75 קילאמעטער פון גושן, וואס שטימט מיט דעם וואס ס'שטייט שמות ח, כג: ”דֶּרֶךְ שְׁלֹשֶׁת יָמִים נֵלֵךְ בַּמִּדְבָּר”. ד.ה. גיין א טאג 25 קילאמעטער. ער באזירט זיך אויך אויף די נאמען פון די בארג, "דזשאבעל"=בארג, "סין" = תורה, "בישר" = בשורה, ד.ה. די בארג פון די בשורה פון די תורה.
  2. און ביי די בארג איז געווען א קוואל, ווי משה רבינו שילדערט אין דברים ט, כ: ”וְֽאֶת-חַטַּאתְכֶ֞ם אֲשֶׁר-עֲשִׂיתֶ֣ם אֶת-הָעֵ֗גֶל לָקַ֘חְתִּי֮ וָאֶשְׂרֹ֣ף אֹת֣וֹ ׀ בָּאֵשׁ֒ וָאֶכֹּ֨ת אֹת֤וֹ טָחוֹן֙ הֵיטֵ֔ב עַ֥ד אֲשֶׁר-דַּ֖ק לְעָפָ֑ר וָֽאַשְׁלִךְ֙ אֶת-עֲפָר֔וֹ אֶל-הַנַּ֖חַל הַיֹּרֵ֥ד מִן-הָהָֽר”.
  3. צו באמערקן אז מדבר צין, מדבר סין און מדבר סיני ווערן דערמאנט אין תנ"ך אלס באזונדערע ערטער: מדבר צין איז די מערסטע נאנט צו ארץ ישראל, דארט האבן די מרגלים אנגעפאנגען זייער שפיאנאזש רייזע (במדבר יג, כא), און אהין זענען די אידן אנגעקומען נאר אין לעצטן יאר פון וואנדערונג אין מדבר. פון דער אַנדערער זײט, זענען זיי אָנגעקומען אין מדבר סין פּונקט אַ חודש נאָכן יציאת מצרים, ווי ס'שטייט (שמות טז, א): ”וַיִּסְעוּ מֵאֵילִם, וַיָּבֹאוּ כָּל עֲדַת בְּנֵי יִשְׂרָאֵל אֶל מִדְבַּר סִין אֲשֶׁר בֵּין אֵילִם וּבֵין סִינָי, בַּחֲמִשָּׁה עָשָׂר יוֹם לַחֹדֶשׁ הַשֵּׁנִי לְצֵאתָם מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם”. אין דעם פסוק ווערט אויך קלארגעשטעלט אז סיני איז אן אנדער ארט, און אזוי איז אויך אין פרשת מסעי (במדבר לג, יא–טו) אין די סדר המסעות.

רעפערענצן

  1. שמות ג, א
  2. יב
  3. שמות לב, א.
  4. במדבר ג, ד.
  5. במדבר ט, א.
  6. במדבר א, א–ב
  7. מלכים א' יט, ח
  8. רש"י, שמות לג, כב נקרת הצור-כריית הצור.
  9. שמות לג, כא–כב.
  10. שמות לג, כ; דעת זקנים, שמות לג, כב.
  11. מלכים א' יט, ח–ט.
  12. רש"י, מלכים א' יט, ט.
  13. מלכים א' יט, יא–יב.
  14. שבת פט, א.
  15. סוטה ה, א.
  16. בבא בתרא עד, א.
  17. משנה, אבות ו, ב; איכה רבה, פתיחתא, ב. זעט דארט אין תפארת ישראל, אות ל"ה, אז אין די געאגראפיע ביכער ווערט דערמאנט אז ביז היינט ווערט אין דער געגנט פון הר סיני געהערט אין די לופט א שטימע וואס מען קען נישט פארשטיין, און דער תפארת ישראל פירט אויס אז לדעתו האט דאס רבי יהושע בן לוי געמיינט, אז די דאזיגע שטימעס זענען מרמז צו דעם מענטש אים צו דערמאנען דעם מתן תורה, און דאס איז דער "בת קול" וואס ער דערמאנט דא, מיינענדיג צו זאגן אז דאס איז א "קליינע קול" וואס טוט איבער'חזר'ן דעם "גרויסן קול" וואס האט זיך געהערט בשעת מתן תורה.
  18. ילקוט שמעוני, מיכה ד, א, רמז תקנ"ב
  19. יוסף גינת, "למשמעותם של שמות הרים בסיני", טבע וארץ, באנד י"א (ד), תשכ"ט–1969, זייט 190–192.
  20. אויף זיין פילם "פענוח יציאת מצרים".
  21. אין זיין בוך "במברה". אזוי אויך דער שרייבער אביגדור שאכאן האט פארברייטערט יוספ'ס פארשונג ארבעט אין זיין בוך "זה סיני"; זעט אויך שחר גאפני אין זיין בוך 'יציאת מצרים התיאוריה האבודה' וואס האט פארברייטערט אין די טעאריע.
  22. מלכים א' יט, ג–ח.
  23. פירוש שם טוב אויף מורה נבוכים, פרק סו.
  24. פרק סו.
  25. פירוש הנרבוני למורה נבוכים, חלק א' פרק ס"ו
  26. פרשת כי תשא נה:.
  27. 27.0 27.1 רפאל ישפה, האבן והסנה, קתדרה: לתולדות ארץ ישראל ויישובה, 48, תשמ"ח, באתר JSTOR
  28. "בירת מגדל עוז" זייט 240.
  29. פארצייכנט אין בוך "עדזשאב אל-מחלוקאט"(ענ') פונעם פערסי'שן געאגראף זכריא אל-קאזוויני; זהר עמר, די וואונדערליכע שטיינער פון בארג סיני, קתדרה: לתולדות ארץ ישראל ויישובה, 52, תשמ"ט, באתר JSTOR; אויך דער אראבישער היסטאָריקער אבו אל-פידאא שרייבט איבער דעם שוין אין די 14טער יארהונדערט;אזוי אויך דער איטאליע'נישער קריסטלעכער רייזנדער, גוטשי, וואס האט באזוכט דארט אין געגנט סוף די 14טער יארהונדערט.
  30. אזוי קומט אויס און עטליכע ערטער, צום ביישפיל במדבר לג; דברים א.[אויסקלארונג פארלאנגט]
  31. מנשה הראל, מדבר צין, בית מקרא: כתב-עת לחקר המקרא ועולמו כרך ט"ו, חוברת ד' (מ"ג), ירושלים, מוסד ביאליק, (אלול תש"ל), זייט 459.
  32. שבת פט, א
טיילן פון דער בלאט זענען מעגליך איבערגעזעצט פון העברעאישער וויקיפעדיע
cc-by-sa 3.0 ערלויבענישאריגינעלער בלאטביישטייערער