רבי יקותיאל יהודה מייזליש

רב פון סיגעיט אין ברוקלין, ניו יארק (תרפ"ט–תשפ"ד)


פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אישיות רבנית

פאראמעטער [ חיבוריו, מקום לידה ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע

רבי יקותיאל יהודה מייזליש
געבורט ל' שבט ה'תרפ"ט
פטירה כ"ד אדר א' ה'תשפ"ד (אלט: 95)
מדינה ניו יורק
טעטיגקייט אָרט סי געיט
השתייכות חסידות
תחומי עיסוק רב
חתנים הרב יוסף צבי דושינסקיא

רבי יקותיאל יהודה (רבי זלמן לייב) מייזליש (ל' שבט ה'תרפ"ט - כ"ד אדר א' ה'תשפ"ד) איז געווען א חסיד'ישן רב און א בעל דרשן, ער האט געדינט פאר צענדליגע יאהרן אלס רב פון דער סיגעיט'ער שטעטל אין ברוקלין, ניו יארק. מחבר פון די ספרים "בנין יקותיאל" און "זר זהב".

ביאגראפיע

ער איז געבוירן ל' שבט תרפ"ט אין ניימארק צו זיין פאטער רבי צבי הירש וואס האט דאן געדינט אלס רב פון שטאט, און צו זיין מאמע הענא זיסל, טאכטער פון רבי חיים יעקב טייטלבוים[1], לימינעוו'ער רב און איידעם פון רבי שלמה האלבערשטאם פון באבוב. ביים ברית איז ער גערופן געווארן נאך זיין מאמען'ס זיידען, דער סיגעט'ער רב, רבי יקותיאל יהודה טייטלבוים. אין יאהר תר"צ האט זיך זיין משפחה אריבער געצויגן קיין ווייטצען וואו זיין פאטער איז אויפגענומען געווארן אלס רב פון שטאט. אלס בחור האט ער געלערנט אין זיין זיידען רבי דוד דוב מייזליש'ס ישיבה אין אוהעל. רבי דוד דוב'ס רעבעצין איז געווען רויזא בלומא, טאכטער פון רבי משה יוסף טייטלבוים, אייניקל פון הייליגען ישמח משה, און איידעם פון רבי דוד'ל קשאנעוו'ער - צאנז'ער רב'ס זון.

אין זיין יוגענט האט ער זיך באקענט מיט רבי שלום אליעזר'ל ראצפערט'ער, ביים קומען נאכקוקן דעם קלויזענבורג'ער רב'ס זוהן, ליפא'לע, וואס איז געווען אנגעטראגען זיך משדך צו זיין מיט רבי זלמן לייב'ס שוועסטער[2].

ביים חורבן

אין יאהר תש"ד, לערנענדיג אין אוהעל'ער ישיבה, איז ער געכאפט געווארן דורך די נאצים ימ"ש און ער איז געשיקט געווארן צום געטא[3] אינאיינעם מיט זיין זיידען רבי דוד דוב און זיין באבען רויזא בלומא. רבי זלמן לייב האט מצליח געווען צו אנטלויפן קיין ווייטצען און זיך צוריק קערן צו זיינע עלטערן'ס הויז. נאך א קורצן וויילע איז ער צוריק געכאפט געווארן אינאיינעם מיט'ן גאנצען משפחה און די ארטיגע באוואוינער קיין בודאפעשט. נאך צוויי וואכן זענען זיי גענומען געווארן צום אוישוויץ'ען לאגער. דארט איז ער אריינגענומען געווארן צום "קינדער לאגער". ערב ראש השנה איז ער גענומען געווארן צוזאמען מיט נאך אסאך קינדער אין עלטער פון 14–18 צום סעלעקציע און גענומען געווארן צום טויט. בדרך נס ער איז געראטעוועט געווארן און איז נישט גענומען געווארן צום טויט, ער איז געשיקט געווארן צו ארבעטן אין דעם קאך פונעם לאגער און דארט האט ער זיך מוסר נפש געווען צו ברענגען עסן פאר זיין טאטען און פאר נאך אידן.

ביים יום טוב סוכות האט ער געגעסן מיט מסירות נפש א כזית אין א סוכה וואס זיין פאטער האט געבויט דארט אינעם לאגער. ער איז געשלאגען געווארן מערדליכע קלעפ און בנס איז ער געבליבן לעבן[4]. נאך א תקופה איז ער מיט נאך פופציג אידן גענומען געווארן צום טראנספארט צו ארבעט לאגערס אין דייטשלאנד און ער איז געבליבן לעבן.

אין אמעריקע

נאכ'ן חורבן האט ער זיך אריבערגעצויגן קיין אמעריקע וואו ער איז געווען פן די ערשטע תלמידים ביים באבובער ישיבה וואס רבי שלמה האלבערשטאם, דער באבובער רב, האט אויפגעשטעלט גלייך נאכן קריג. פון דאן אן האט ער זיך פארבונדען צו רבי שלמה'לע ביז סוף ימיו. דעמאלס האט ער זיך אויך געדרייט ביים סאטמארן רבי'ן, רבי יואל טייטלבוים, וואס האט איהם מקרב געווען. ווען זיין טאטע, דער ווייטצנער רב, האט זיך אריבער געצויגן קיין שיקאגא און איז אויפגענומען געווארן אלס ארטיגער חרדיש'ער רב, איז ער אריבער צוזאמען מיט איהם. ער האט דעמאלס געדינט אלס א מגיד שיעור און מלמד און די ארטיגע חרדישער תלמוד תורה. אזוי אויך האט ער אויפגעשטעלט א בית מדרש. כשהגיע לפרקו האט ער חתונה געהאט מיט'ן רעבעצין לאה רילא, טאכטער פון רבי בנימין חיים פעלדמאן, א תלמיד פון רבי מאיר שפירא דער לובלינער רב, און שווער בזיווג שלישי פונעם ירושלימער רב, רבי יצחק טוביה ווייס. נאך זיין חתונה האט ער זיך באזעצט אין קראון הייטס, נעבן דעם ליובאוויטשער צענטער אויף 770[5], ער האט דארט אויפגעשטעלט א בית מדרש אין זיין הויז. נאך עטליכע יאהר האט ער זיך געצויגן קיין בארא פארק און אויפגעשטעלט א בית מדרש אויפ'ן 18סטן עוועניו[6].

אין יאהר תשל"ז איז ער אויפגענומען געווארן אלס רב פון די חרדישע קהילה אין סיגעייט, נאכ'ן זיך דורך רעדן מיט'ן סאטמארן רבי'ן, און אין יאהר תשל"ח האט ער זיך ענדליך באזעצט דארט און אנגעפירט זיין שיינע בית מדרש און קהילה לשם ולתפארה ביז סוף ימיו. ער האט דארט עוסק געווען אין כשרות אקטיוויטעטן, מקוואות און נאך פארשידענע אידישקייט באדערפענישן.

נאכ'ן האריקעין סענדי אין יאהר 2012, ווען דאס סיגעיטער שטעטל איז חרוב געווארן, האט ער שטארק געטוהן עס אויפצושטעלן פון דאסניי, און צוריקברענגן די ארטיגע אידן וואס זענען אנטלאפן[7].

ער איז געווען נאנט צו רבי חיים זאנוויל אבראמאוויטש פון ריבניץ, וואס האט א תקופה קובע מקום געווען מושבו אין סיגעיט[8][9].

הרב מייזליש איז געווען ברייט באקאנט מיט זיין נועם לשון, ער האט אסאך אויפגעטראטן מיט דרשות און סיפורי צדיקים, בעיקר פאר קינדער, וואס האבן געטרינקען מיט דארשט זיינע פערל-ווערטער.

ער איז נפטר געווארן כ"ד אדר א' תשפ"ד און ער איז באערדיגט געווארן אינעם סאטמאר'ן חלקה אין ניו דזשערסי. אלס ממלא מקומו ברבנות איז אויפגענומען געווארן בנו הגדול רבי דוד דוב, וואס איז שוין אין די לעצטע יאהרן געשטאנען לימין אביו הגדול מיט די רבנות'שאפט און אויך געדינט אלס רב הצעיר ד"קהל יראים" סיגעיט[10].

זיינע ספרים

משפחה

זיין יונגע מיידל ריזל ברכה איז נפטר געווארען בחייו.

  • זיין שוואגער גאב"ד ירושלים רבי יצחק טוביה ווייס.
  • זיין שוואגער דער מאנטעווידעער רב רבי חנינא אברהם לייטנער.
  • זיין זון און ממלא מקום רבי דוד דוב דער נייער געקרוינטער סיגעיטער רב, מחבר פון "פאר דוד", "אוצר השבת" און "אוצר המועדים".
  • זיין זון רבי יעקב שלמה, לימנובער רב, משפיע און דרשן מפורסם[14]. ער איז חתונה געהאט צו יוכבד אסתר, טאכטער פון רבי יוסף גרינוואלד פון פאפא.
  • זיין זון רבי שמעון זאב, רב בית המדרש "ישמח משה" אין שכונת ברך משה אין קרית יואל. חתונה געהאט צו הינדא, טאכטער פון רבי אהרן טייטלבוים פון סאטמאר.
  • זיין זון רבי יוסף משה, דער לאסקער רב.
  • זיין זון רבי פנחס מרדכי, דומ"צ סיגעיט.
  • בתו הענא זיסל, חתונה געהאט צו רבי יעקב אליהו אונסדארפער, גאב"ד וראש ישיבת ראשית חכמה מונטריאל, זון פון רבי שמואל אלכסנדר.
    • זייער איידעם הרב מאיר משולם האלבערשטאם, יונגסטער זון פון רבי צבי אלימלך פון צאנז.
  • זיין איידעם רבי יחזקאל מייזליש, אב"ד אוהעל.
  • זיין טאכטער מרים ביילא, חתונה געהאט צו רבי יחזקאל הורוויץ, רב קהל קנין תורה שטראסבורג אין פלעטבוש, זון פון רבי אברהם דוד.
  • זיין טאכטער חיה שיינדל, חתונה געהאט צו רבי יוסף צבי דושינסקיא.
  • זיין טאכטער יוכבד רחל, חתונה געהאט צו רבי אברהם יהודה לעוו, רב און ראש ישיבה פון 'תפארת אליעזר' אין בארא פארק.
  • זיין טאכטער עכסא, חתונה געהאט צו רבי אשר אנשיל שעהר, אב"ד קלעסאן, מחבר ספר "בנה ביתך".

ליינט מער

דרויסנדע לינקס

רעפערענצן

  1. זוהן פון רבי משה יוסף טייטלבוים.
  2. חסידות צאנז קלויזנבורג, "זכרתי ימים מקדם" אין בטאון "צאנז", חודש אדר ב', נתניה: "אגוד חסידי צאנז", תשפ"ד, עמ' 20.
  3. שיחת השבוע 1523 | טוב לשמוח, אויף שיחת השבוע חב"ד.
  4. רבי צבי הירש מייזליש, "שער מחמדים" אין שו"ת מקדשי השם, ירושלים, תשס"ח, מהדורה חדשה, חלק א'.
  5. בשיחה מבנו אב"ד לימנוב על החינוך בבית הוריו.
  6. היינט געפונט זיך דארט דער ספינקער כולל (פון הרב מאיר אלעזר ווייס).

  7. פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:צ-זשורנאל

    פארלאנגטע פאראמעטער [ 1 ] פעלן
    , "נגדע הארז בלבנון", בית יוסף להבה גליון תתכ"א, תשפ"ד, עמ' 9-13.
  8. אב"ד לימינוב שליט"א מספר סיפור נפלא על הנועם אליעזר מסקולען זצ"ל באתר יוטיוב.
  9. גרונר, דוד יהודה - גלדצלר, דוד, הליכות חיים - רבינו הקדוש מריבניץ, תשע"ו (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע).
  10. "וזרח השמש ובא השמש" - הגה"צ רבי דוד דוב מייזליש שליט"א מונה לגאב"ד סיגעיט, אויף בחצרות הקודש.
  11. מאיר וונדר, אנציקלופדיה לחכמי גליציה, ירושלים, תשל"ח - תשנ"ז, חלק ג' (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע).
  12. רבי דוד דוב מייזליש, אור דוד עם קונטרס זר לזהב, ברוקלין: הרב יקותיאל יהודה מייזליש, תשכ"ח.
  13. רבי צבי אלימלך שפירא מדינוב, אגרא דפרקא <אגרא דצבי>, ברוקלין, תש"נ, חלק א'.
  14. א נסיעה קיין איירופע באגלייט דורך אב"ד לימנוב שליט"א, אויף יוטיוב.