רוי:רבי מאיר שפירא (בלאזשאוו)

ווערסיע פון 04:44, 22 מאי 2024 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (←‏זיינע ספרים)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

רבי מאיר שפירא הי"ד (ה'תרמ"ד - ה'תש"ב) רב אין בלאזשאוו.

אפשטאם

רבי מאיר'ל איז געבוירן אין יאר ה'תרמ"ד (אומגעפער), צו זיין פאטער הרב רבי יהושע שפירא, רב אין ריבאטוטש, א זון פון הרב צבי אלימלך שפירא, רב אין בלאזשאוו, א זון פון הרב רבי דויד שפירא, רב אין דינאוו, א זון פון הרב רבי צבי אלימלך שפירא, דער בני יששכר. און צו זיין מוטער מרת מרים, א טאכטער פון הרב מנחם מענדל מארילעס רב אין ראפשיץ, אן אייניקל פון רבי שמעון יעראסלאווער.

רבנות

רבי מאיר'ל איז געווען דער לעצטער רב אין בלאזשאוו.

פאר מען האט אוועק געפירט רבי מאיר'ל, האט ער איבער געגעבן זיינע כתבים פאר א גועאישן שכן אפצוהיטן, נאך די צווייטער וועלט קריג האט זיין ברודער דער בלאזשאווער רב פון אמעריקא זיי אויסגעלייזט, אין אוועק געגעבן פאר זיין תלמיד און חסיד הרב שלמה יהודה אינטראטער, פון ריישא.

הסתלקות

רבי מאיר'ל איז אומגעקומן אויף קידוש השם אין יאר ה'תש"ב (אומגעפער), הי"ד.

פאמיליע

רבי מאיר'ל האט געהייראט מרת באשא, א טאכטער פון זיין פעטער (זיין פאטער'ס ברודער) הרב יוסף שפירא. זייערע קינדער:

  • הרב יוסף שפירא הי"ד, פון ריישא, ער האט צוגעגרייט זיין זיידן'ס כתבים דעם ספר קרן ישועה. טייל פון זיינע כתבים זענען געדריקט אין זכרון יוסף.
  • הרב אפרים שפירא הי"ד.
  • הכלה מרים הי"ד.
  • הבתולה שרה הי"ד.

זיינע ספרים

דער ספר רבי מאיר האט אליין פארשריבן א ספר 'זכרון מאיר' על התורה ומועדים. די כתבים זענען געראטעוועט געווארן נאך דער קריג און אריבער געברענגט געווארן קיין אמעריקע, און געדרוקט געווארן אין ירושלים ה'תשס"ג, דורך מכון נחלת שלמה יהודה.

רעפערענצן

  • זכרון מאיר
  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!