רוי:אפאלגאטיקע

סיסטעמאטישע פארטיידיגונג פון א פילאזאפיע אדער רעליגיעזע פאזיציע
ווערסיע פון 04:36, 5 מערץ 2024 דורך י'הושע (שמועס | ביישטייערונגען) (פון ענגלישן וויקיפעדיע)

 

אפאלגאטיקע אדער אפאלאגעטיק איז א גריכיש ווארט, דער טייטש איז "פארטיידיגן זיך", אין ווארט און שריפט. דאס ווארט ווערט געניצט אויף די וואס פארטיידיגן א רעליגיע קעגן זיינע קריטיקירער. קריסטליכע שרייבער פון צווישן די יארן 120–220, וועלכע האבן פארטיידיגט זייער גלויבן קעגן קריטיקירער און האבן רעקאמענדירט זייער גלויבן צו אנדערע, זענען גערופן געווארן קריסטליכע אפאלאגיסטן.

אידישער אפאלאגעטיק

אונטער דער באצייכענונג פון אידישער אפאלאגעטיק, פארשטייט מען יענע ספרים און ביכער, וואס האבן געהאט דעם ציל צו פארטיידיגן די אידישע רעליגיע און אידן. שוין אין די אלטע צייטן פון בית שני אין אלעקסאנדריע, האבן א ריי אידיש-גריכישע שריפטשטעלער געשריבן ווערק קעגן די אנפאלן אויף דער אידישער רעליגיע. פון סוף בית שני איז אמוויכטיגסטן דאס בוך פון יוסף פלאוויוס "קעגן אפיאן", וואס האט דעם ציל אויפצואווייזן די פאלשקייט פון באשולדיגונגען וואס דער אידן פיינט אפיאן האט געווארפן אויף אידן. אין דער צייט פון מיטלאלטער איז די צאל אידישע ספרים און ביכער פון אפאלאגעטישן אינהאלט, צו פארטיידיגן דאס אידנטום, געווען גרויס. ספעציעל אין שפאניע, וואו די אידן זענען געצוואונגען געווארן צו פירן עפנטליכע וויכוחים קעגן משומדים וועגן דער באדייטונג און ריכטיגקייט פון דער אידישער רעליגיע.

אין דער נייער צייט זענען ערשינען הונדערטער ביכער פון אידישער אפאלאגעטיק (קעגן אנטיסעמיטיזם, קעגן בלוט-בלבול וכדומה) אויף דייטש, ענגליש. פראנצויזיש, רוסיש, פויליש, אונגאריש און אנדערע שפראכן.

  דער ארטיקל איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.
דער ארטיקל נעמט אריין טעקסט פון דער ייִדישער פאָלקס־ענציקלאָפּעדיע (פּיעטרושקא), וואָס איז היינט אינעם רשות־הרבים. רעכטן פאר טוישונגען בלייבן רעזערווירט.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!