רוי:חסד (ארגאניזאציע)

ווערסיע פון 01:08, 18 פעברואר 2024 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "סקווערער" ב־"סקווירער")
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

חסד 24/7 איז דער נאמען פון א זאמעל פון אסאך ארגאַניזאציעס, וואס האט זיך געגרינדעט פאר איבער צוואנציג יאר צוריק, אויף צו געבן הילף פאר קראנקע און משפחה ארום, אין אסאך הינזיכטן, פון פירן אין שפיטעלער באזוכער, ביז קאכן עסנס און פארטיילן געזונטע 'מילגרוים זאפט' פאר די שוואכע חולים און אלטע, און פיל מער.

חסד האט זיך אנגעהויבן ביי איר גרינדונג, אינעם סקווירער שטעטל, און עס האט געהייסן 'חסד דשיכון סקווירא', היינט ווערט עס גערופן 'חסד 24/7 און עס ווערט עס געפירט דורך שלום פסח גרינבערג פון סקווירא.

חסד האט היינט קרוב צו דריי הונדערט איינגעשטעלטע, וואס ארבעטן פאר חסד געברויכן, א שיינע חלק פון זיי זענען 'וואלאנטירן', וואס גייען אין שפיטעלער משמח זיין, און וואס פירן באזוכער צו שפיטעלער איבער גאנץ ניו יארק, און צומאל ביז זיבן אכט שעות ווייט אויכעט.

די וואלענטירן פון חסד האבן געאייגנט פאר דעם צוועק א ספעציעלע סערוויס, וואס געבט טויזנטער פלעשלעך מילגרוים זאפט פאר חולים, אומזינסט, וואס ווערט פארטיילט איבער גאנץ ניו יארק אין אלע שפיטעלער און אויך אפגעשיקט צו די הייזער פון נצרכים.

אידישע וואוילטעטיגע ארגאניזאציעס וואס זענען טעטיג מיט חסד צווישן די היינטיגע אידנטום איבער דער גארער וועלט.

David - Belisarius.jpg

אבני חסד • אגודת ישראל • בוני עולם • ביקור חולים ד'סאטמאר • ביקור חולים דראקלענד קאונטי • בת מלך • דור ישרים • דזשוינט • המספיק • וועד הרבנים • חברה הצלה • חוש • חברים • חסד (ארגאניזאציע) • חברה שומרים • יד שרה • כל ישראל חברים • משמחי לב • עי-טיים • עזר לחתנים • עזר לתלמיד • עזר למזון • פוטסטעפס • פחת תקווה • קופת העיר  • קרן עזר • קרן חתנים • רב טוב • רפואה וישועה • שערי חמלה  • שרשרת • תומכי שבת  •

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!