רוי:יאזעף סטאלין

ווערסיע פון 01:02, 18 פעברואר 2024 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "סאוועטיש" ב־"סאוויעטיש")
יאזעף סטאלין
2'טער הערשער איבער ראטנפארבאנד (אלגעמיינער סעקרעטאר פון דער קאמוניסטישער פארטיי פון דער פסס"ר)
19221953

יאסיף וויסאריאנאוויטש סטאלין (רוסיש: Иосиф Виссарионович сталин) (כ"ב כסליו ה'תרל"ט ; 18טן דעצעמבער 1878 אין גארי, גרוזיע - י"ח אדר ה'תשי"ג ; 5טן מערץ 1953), געבוירן יאסעב בעסאַריאניס דזשע יוגאַשווילי, איז געווען א גרוזישער פאליטיקער וואס איז געווארן דער צווייטער געוועלטיקער אויף דעם סאוועטן פארבאנד צווישן די יארן פון ארום ה'תרפ"ב ; 1922 ביז זיין שטארבן אין יאר ה'תשי"ג ; 1953. ער האט איבערגענומען די פירערשאפט פונעם סאוועטן פארבאנד פון וולאַדימיר לענין. זיין מאדע פון הערשאפט ווערט היינט גערופן סטאליניזם.

ער ווערט פארעכענט פון די גרעסטע מערדער אין דער מאדערנער וועלט, אינאיינעם מיט היטלער, אונטער זיין רעזשים זענען געהרגט געווארן איבער צוואנציג מיליאן מענטשן.

ביז 1937 האט ער שוין געהאט פיר דאטשעס, איינער נישט ווייט פון סאטשי.

סטאלין האט אינוואדירט פוילן אום 18טן סעפטעמבער 1939. דערנאך, ביי דער צווייטער וועלט־מלחמה, האט ער געמאלדן נייטראלקייט, אבער האט אונטערגעחתמ'עט א שלום־אָפמאַך מיט אדאלף היטלער, פירער פון נאצי דייטשלאנד. ווען דייטשלאנד האט אינוואדירט דעם סאוועטן־פארבאנד האט סטאלין געפירט א בלוטיקע קריג. נאך דער מלחמה האט סטאלין גענומען קאנטראל פון גאנץ מזרח-אייראפע, איינשליסנדיג דעם מזרח טייל פון דייטשלאנד, וואו ער האט אויפגעשטעלט א רייע מארקסיט־לעניניסטישע איין־פארטיי שטאַטן. אזוי האט ער למעשה געהערשט איבער גאנץ מזרח־אייראפע און האט געמאכט דעם סאוועטן־פארבאנד פאר א סופערמאכט.

נאמען

סטאלין איז געבוירן געווארן יאסעב בעסאַריאניס דזשע יוגהאַשווילי אדער יאסיף דזשוגהאַשווילי. ער האט אנגעהויבן ניצן דעם נאמען "סטאַלין" אין 1912.

  • אויף רוסיש: Ио́сиф Виссарио́нович Ста́лин - יאסיף וויסאַריאנאוויטש סטאַלין; געבוירן Джугашвили - דזשוגאַשווילי.
  • אויף גרוזיניש: იოსებ ბესარიონის ძე ჯუღაშვილიი - יאסעב דזשוגהאַשווילי
  • יאזעף סטאלין

יונגע יארן

יאסעב וויסאריאנאוויטש סטאלין איז געבוירן געווארן אין א קליין הויז פון איין שטוב אין גארי, גרוזיע. זיין פאטער האט געארבעט מאכן אום פאררעכטן שיך.[1] זיין פאטער איז אפט געווען שיכור און פלעג פאַטשן זיין ווייב און זיין זון, ביז ער איז געשטארבן אין א געראנגל אין 1890. ווען יאסעב איז געווען יונג האט ער געכאפט פאקן. דאס האט אים איבערגעלאזט מיט שראַמען אויפן פָנים. שפעטער האט ער געהייסן "פארבעסערן" אלע פאטאגראַפיעס זיינע צו באהאלטן די שראמען.[2] זיין לינקער ארעם איז געווען קערצער פון דעם רעכטן ארעם צוליב אן עקסידענט ווען א פאַעטאן האט אים געשטויסן. אין 1888 האט ער אנגעהויבן לערנען אין דער גארי קירכע־שולע, וואו ער איז געווען א געלונגערנער סטודענט. אין אויגוסט 1894 איז סטאלין געווארן א סטודענט אין דעם גלחים סעמינאר אין טיפליס (היינט טביליסי).[3] ער איז ווייטער געווען א גוטער סטודענט, אבער ווען ער איז געווארן עלטער האט ער געהאט ווייניגער אינטערעס אין ווערן א גלח און האט געמאלדן אז ער איז אן אטעאיסט. צוזאמען מיט אנדערע חברים אין סעמינאר האט ער אנגעהויבן ליינען ביכער וואס זענען פארבאטן, כולל "דאס קאפיטאל" פון קארל מארקס. אין 1898 איז ער געווארן א מיטגליד אין דער מארקסיטישער גרופע מעזאם דאסי ("דריטע גרופע"), א גרוזינישע מארקסיסטישע גרופע. אין אפריל 1899 האט ער פארלאזט דעם סעמינאר אויף אייביג.[2]

רעוואלוציאנער

נאך ווען ער האט פארלאזט דעם סעמינאר אין 1899 האט ער באקומען א שטעלע ביים טיפליס פיזיק־אינסטיטוט.[2] ער האט זיך מיטגעטיילט מיט גרופעס וואס זענען געווען אינטערעסירט אנהייבן א רעוואלוציע כדי אראפווארפן דעם צאר און איינפירן א רעפובליקאנישער רעגירונג. די פאליציי האבן געמאכט אן אבלאַווע אויף זיין הויז 1901 ווען זיי האבן געזוכט נאך מענשטן וואס האבן אנטקעגנגעשטעלט קעגן דער רעגירונג. סטאלין איז אנטלאפן און האט זיך באהאלאטן כדי די פאליציי זאלן אים נישט קענען טרעפן. ער האט ארגאַניזירט א קעגן־רעגירונג פראטעסט דעם ערשטן מאי 1901, ווען 3000 מענטשן האבן געקענט די אויטאריטעטן.[4] אין נאוועמבער 1901, האט מען אים געוויילט צום טיפליסער קאמיטעט פון דער רוסישער סאציאל־דעמאקראטישער ארבעבס־פארטיי (RSDLP), א מארקסיסטישע פארטיי געגרינדעט אין 1898.[5]

עסן און לאנדווירטשאפט

סטאלין האט איינגעפירט קאלעקטיוויזאציע פון די פארמס, ד"ה די רעגירונג האט צוגענומען דאס לאנד פון די אלע אייגנטימער פון די פארמס און האט געמאכט פון זיי גרויסע פארמס וואס האבן געהערט צו דער רעגירונג. די קאמוניסטישע באאמטער האבן געהייסן די פארמערס ארבעטן אין די נייע פארמס און איבערגעבן די גארער פראדוקציע צו דער רעגירונג.

קאלעקטיוויזאציע האט נישט געטויגט.[6] אין די יארן ‎1932–33 איז געווען א הונגער ווען מיליאנען מענטשן זענען געשטארבן. אזוי ווי מ'האט נישט באצאלט די פארמערס גענוג געלט, און סיי ווי אלץ וואס זיי האבן געוואקסן האט די מדינה גענומען, האבן זיי נישט אריינגעלייגט קיין כוחות צו פארבעסערן זייער ארבעט. דאס בעסטע פארמען האט געארבעט אויף די גאר קליינע פארמס וואס מ'האט געגעבן צו די פויערן צו וואקסן וואס זיי האבן אליין געווארלט; אויף די קליינע פארמס האט מען געלאזט די פויערים האלטן וואס איז געוואקסן דארט. אין יאר 1938 זענען די טיילן פונעם לאנד געווען 4% פון סאוויעטישע פארמען.[6] דארט אבער האט געוואקסן 20% פון די ערדפראדוקטן.[6]

אין די יארן 1947–1946 האט פאסירט א צווייטער גרויסער הונגער אינעם ראטנפארבאנד, צוליב א טרוקעניש, פארעגערט דורך דער פארוויסטונג דורך דער צווייטער וועלט-מלחמה . דאָס תבואה־גערעטעניש אין 1946 איז געווען אינגאנצן 39.6 מיליאן טאן – קוים 40% פונעם געטראג אין 1940.

מאסן הינריכטונגען

כדי פטור צו ווערן פון זיינע קעגנער, וועמען ער האט אנגערופן "שונאים פון דער ארבערטער־קלאס", האט סטאלין איינגערפירט די "גרויסע רייניגונג". ער האט אריינגעלייגט אין טורמע מער ווי א מיליאן מענטשן, און נישט ווייניגער ווי 700,000 האט מען הינריכטעט צווישן די יארן 1934 און 1939.[7]

צווישן די וואס מען האט הינריכטעט זענען געווען מערסטע פון די גענעראלן אין דער רויטער ארמיי, וואס סטאלין האט געהאלטן זיי פאר א סטראשונג קיין זיין הערשאפט. דאס האט שטארק אפגעשוואכט די מיליטער אין די ערשטע מאנאטן פון דער ווערמאכט'ס אפענסיוו קעגן דעם ראטנפארבאנד אין 1941.[7]

צווייטע וועלט־מלחמה

רעפערענצן

  1. "Joseph Stalin (1879 - 1953)". Historic Figures. Retrieved 2009-02-01.
  2. 2.0 2.1 2.2 Blundell, Nigel (1996). A Pictorial History of Joseph Stalin. London: Promotional Reprint Company Ltd. ISBN 1856483266.
  3. "Biography: Joseph Stalin". pbs.org. Retrieved 18טן נאוועמבער 2010. {{cite web}}: Check date values in: |accessdate= (help)
  4. Conquest 1991, p. 28; Montefiore 2007, p. 82; Kotkin 2014, p. 50.
  5. Deutscher 1966, p. 63; Rieber 2005, pp. 37–38; Montefiore 2007, pp. 87–88.
  6. 6.0 6.1 6.2 Koontz, Terri; Mark Sidwell, S.M. Bunker. World Studies. Greenville, South Carolina 29614: Bob Jones University Press. ISBN 1-59166-431-4.{{cite book}}: CS1 maint: location (link)
  7. 7.0 7.1 Khlevniuk, Oleg V. 2015. Stalin: New Biography of a Dictator. Translated by Nora Seligman Favorov. New Haven and London: Yale University Press. ISBN 978-0-300-16388-9.

דרויסנדע לינקס


  דער ארטיקל בנוגע פאליטיקער איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!