רוי:רבי עובדיה יוסף

ווערסיע פון 01:00, 18 פעברואר 2024 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "ספרדישע" ב־"ספרד'ישע")
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
רבי עובדיה יוסף
געבורט י"ב תשרי ה'תרפ"א
טויט ג' חשוון ה'תשע"ד (אלט: 93)
מדינה Flag of Israel.svg מדינת ישראל
זיינע רביס הרב שלמה עבו מערבי גרינדער פון אוצרות התורה, הרב שמשון אהרן פאלאנסקי טפעליקער רב, הרב רבי יהודה צדקה, הרב רבי עזרא עטייה, הרב יעקב חי ציון עדס, הרב גרשון לפידות
הרב עובדיה יוסף 2013 תשע"ד לערנן תורה

מרן הרב עובדיה יוסף (י"ב תשרי ה'תרפ"א, באגדאד, איראק - ג' חשוון ה'תשע"ד, ירושלים, ישראל)[1] איז געווען א חרדישער ספרדישער תלמיד חכם און פוסק, תלמיד פון הרב רבי עזרא עטייה, און איינער פון די גייסטליכער פירער פון די ספרד'ישע געמיינדעס. פון תשל"ג ביז תשמ"ג האט ער געדינט ווי דער ספרד'ישער הויפט רב פון מדינת ישראל, דער "ראשון לציון", און ער איז געווען דער גייסטליכער פירער פון דער ש"ס פארטיי.

ער האט געלערנט אין דער ישיבה פורת יוסף אלס בחור אונטער הרב רבי עזרא עטייה, און זיך געדרייט צווישן די קנאים אויס אומצוטרוי וואס די ערליכע ספרדים פון יענע צייטן האבן געהאט קעגן די ציונים פארן אפווישן זייער מסורה.

ער איז געווען פון די באוואוסטע בעלי השפעה אין ספרד'ישע קרייזן, מיט אומגעפער 11 מאנדאטן פון דער ש"ס פארטיי.

ביאגראפיע

 
פון רעכטס צו לינקס: הרב עובדיה יוסף, הרב יעקב חי ציון עדס, הרב מאנצור בן שמעון און הרב רבי יהודה צדקה

ווען ער איז געווען אלט פיר יאר האט זיין משפחה זיך געצויגן וואוינען אין ירושלים.

ער האט געלערנט אין תלמוד תורה פון הרב שלמה עבו מערבי גרינדער אוצרות התורה אין דער ישיבה פורת יוסף אלס בחור אונטער הרב רבי עזרא עטייה.

אין תש"ד (1944), האט ער געהייראט מרגלית, די טאכטער פון ר' אברהם הלוי פאַטאַל, פון דער חאלאבער קהילה.

אין תש"ה האט מען אים באשטימט א דיין פון דער ספרד'ישער געמיינדע אין ירושלים.

משפחה

אין 1944 האט ער געהייראט מרגלית פאַטאַל (תרפ"ז, 1927‏, אין חאלאב, סיריע - י"ט באב תשנ"ד, 27סטן יולי 1994). צווישן זייערע קינדער איז הרב יצחק יוסף, דער היינטיקער ספרד'ישער הויפט רב פון מדינת ישראל.

זיין פטירה

דעם 21סטן סעפטעמבער 2013 (חול המועד סוכות ה'תשע"ד), צוליב א דערעגערונג אין זיין געזונט, האט מען האספיטאליזירט הרב יוסף אינעם הדסה עין כרם שפיטאל, און זיין משפחה האט אים צוגעגעגבן דעם נאמען "חיים" ווי א סגולה פאר אריכות ימים[2]. הרב יוסף איז נפטר געווארן אין שפיטאל דעם 7טן אקטאבער 2013, ג' חשוון ה'תשע"ד, ביי דער עלטער פון 93.[3]

יענעם אוונט איז פארגעקומען זיין לוויה אין ירושלים צום סנהדריה בית עולם; לויט געוויסע מקורות האבן 800,000 מענטשן זיך באטייליגט אין דער לוויה.[4] לויט אנדערע איז דער נומער אסאך ווייניקער פון צעווישן 273,000 צו 450,000.[5]

מציבה

 
נוסח מציבה פון אידישע בית עולם פון סנהדריה

זיינע ספרים

  • הליכות עולם
  • השלמת ספר כף החיים חלק ב פון יורה דעה.
  • חזון עובדיה (שו"ת)
  • חזון עובדיה (הלכות המועדים (פסח וההגדה, סוכות, יו"ט, ארבע תעניות, חנוכה, פורים, ימים נוראים), פרוזבול, תרומות ומעשרות, אבלות (ג' כרכים), שבת (ו' כרכים), (י"ט כרכים ביחד)
  • טהרת הבית
  • טבעת המלך
  • יביע אומר (שו"ת)
  • יחוה דעת
  • לויית חן
  • מאור ישראל
  • ענף עץ אבות (פירוש לפרקי אבות)
  • קול סיני

רעפערענצן

  1. הרב עובדיה יוסף הלך לעולמו, אויף ynet
  2. http://www.kikarhashabat.co.il/הרב-חיים-עובדיה-יוסף-בן-גורגיה.html
  3. http://news.walla.co.il/?w=/90/2680496 נייעס וועגן דער פטירה פון הרב עובדיה יוסף ביי וואלה וועבזייטל
  4. ירוחם שמואלביץ, ‏ווידעא: 800,000 באגלייטן די מיטה פון הרב עובדיה יוסף, ביי לדעת.נט (העברעיש)
  5. זע די"times of israel" אויסגאבע פון october 9,2013 אין דער ארטיקל פון אדיב שטרמן און גבריאל פיסק



פריערדיגער:
הרב יצחק נסים
ראשון לציון
תשל"ג - תשמ"ג
קומענדיגער:
הרב רבי מרדכי אליהו

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!