רוי:רבי יעקב יצחק פון לובלין

ווערסיע פון 07:43, 8 פעברואר 2024 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "ליזשענסק" ב־"ליזענסק")
די מצבה פון רבי יעקב יצחק הלוי הורוויץ.

רבי יעקב יצחק הלוי הורוויץ (ה'תק"ה - ט' מנחם אב ה'תקע"ה), באקאנט אלס דער חוזה פון לובלין.

אפשטאם

 
דער אוהל פון רבי יעקב יצחק הלוי הורוויץ.

רבי יעקב יצחק איז געבוירן אין שעברעשין אין יאר ה'תק"ה, צו זיין פאטער הרב אברהם אליעזר הלוי הורוויץ, פון שעברעשין, און זיין מוטער, א טאכטער פון רבי יעקב קאפל פון ליקאווע.

ביאגראפיע

אין זיינער יונגערע יארן האט ר' יעקב יצחק געלערנט ביים מעזריטשער מגיד און ביים רבי'ן ר' שמעלקא ווען ער (דער רבי ר' שמעלקא) איז געווען רב אין שינאווא, און ער איז געווען א תלמיד פון דעם רבי ר' מיילעך. בערך תק"מ איז ער אריבער קיין לאנצוט. ער האט חתונה מיט מרת שפרינצא, און ער האט געפירט דארט א הויף. אין דער תקופה האט מען אים גערופן דעם לאנצוטער צדיק. פון לאנצוט איז ער אריבער אויף א קורצער צייט קיין ראזוואדאוו. אין תק"ס איז ער געקומען קיין לובלין, וואו ער איז געבליבן ביז סוף ימיו. אין דעם צענטער פונעם יידישן פערטל פון לובלין האט ער אויפגעשטעלט א קלויז וואו א סאך מענטשן פון אלע קרייזן פלעגן קומען פרעגן אים אן עצה.

רבנות

אין זיין יונגע יארן האט רבי יעקב יצחק זיך פארדעקט די אויגן זיבן יאר, ער זאל נישט זעהן קיין זאך וואס מען דארף נישט. זיין הייליגער זעהונגס קראפט האט דערגרייכט פון איין עק וועלט צום אנדערן, ביז ער האט געבעטען ביים אייברשטען, ער זאל אים דאס איינצוימן.

רבי יעקב יצחק איז געווען א תלמיד פון דעם מעזריטשער מגיד און פון נועם אלימלך, אומגעפער אין יאר ה'תק"מ האט רבי יעקב יצחק זיך באזעצט אין לאנצהוט אין לויט דעם באפעל פון זיין רבי'ן דער נועם אלימלך האט ער אנגעהויבן פראווען רביסטעווע.

אין יאר ה'תק"ס איז רבי יעקב יצחק אריבער קיין לובלין.

הסתלקות

שמחת תורה ה'תקע"ה איז רבי יעקב יצחק ארויס געפאלן פון פענסטער, און ער איז נפטר געווארן אין דעם זעלבן יאר תשעה באב ה'תקע"ה, אין ער ליגט אין לובלין.

פאמיליע

פון זיינע קינדער:

  • הרב צבי הלוי הורוויץ, איידעם בזיווג ראשון ביי רבי אריה יהודה לייב פון וואלטשיסק, איידעם בזיווג שני ביי רבי נתן נטע פון כעלם.
  • הרב ישראל הלוי הורוויץ, איידעם פון רבי דוד (א ברודער פון רבי אברהם משה מפשעוורסק)
  • הרב יוסף הלוי הורוויץ (ה'תקמ"ב - ה'תקע"ח) פון טורטשין, איידעם ביי רבי מרדכי פון קארעץ.
  • רבי אברהם הלוי, איידעם ביי יעקב משה פון לובלין; נפטר ווען זיין פאטער האט נאך געלעבט, ט' תשרי ה'תק"ע.

זיינע תלמידים

זיינע ספרים

  • זאת זכרון
  • זכרון זאת
  • דברי אמת

רעפערענצן