דאנערשטאג

פינפטער טאג פון וואך, צווישן מיטוואך און פרייטאג
ווערסיע פון 15:04, 5 פעברואר 2024 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "רעסטאראן" ב־"רעסטאראנט")
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

דאנערשטאג איז דער פינפטער טאג אין וואך, ציילנדיג צו שבת.

אין דאנערשטאג זענען באשאפן געווארן די פישן און פייגלען.

אין טייל לענדער (און לויט ISO-8601) ווערט עס פאררעכנט אלס דער פערטער טאג פון וואך, אנהייבנדיג פון מאנטאג.

אין דער פערסישער קאלענדאר ציילן זיך די טעג אנגעהויבן פון שבת, וועלכער איז טאג 0; דאנערשטאג איז אלזא דער זעקסטער טאג אין רייע, אבער הייסט "טאג פינף".

נאמען

לויט די אסטראלאגיע פון די "שבעה כוכבי לכת", (שבתאי, צדק, מאדים, חמה, נוגה, כוכב, לבנה), איז יעדע שעה אין טאג באשטימט פאר אן אנדערן פון די כוכבים. דורכאויס דער ערשטער און צווייטער יארהונדערט איז געווארן פארשפרייט אין רוים דער פירונג, פון העלענישע און עגיפטישע ווארצלען, צו רופן די טעג פון וואך לויט דער כוכב וואס הערשט אין דער ערשטער שעה אינדערפרי פון יענעם טאג. דער פינפטער טאג אין וואך, אין וועלכן פרימארגן עס הערשט צדק[1], איז אלזא גערופן געווארן "דער טאג פון יופיטער" (לאטייניש: dies Iovis).

יופיטער איז געווען געדינט אלס אפגאט אין רוים, אן אפגאט וואס די פארשידענע גערמאנישע שבטים האבן אידענטיפיצירט מיט Thor, זייער אפגאט פון דונערן. דערפון האבן זיך גענומען די פארשידענע וואריאציעס פונעם נאמען פון דעם טאג אין די גערמאנישע שפראכן[2].

אין אידישקייט

ווי פארציילט אין אנהייב ספר בראשית, האט השי"ת אין דעם טאג באשאפן די אינזעקטן, די באשעפענישן פון די וואסערן און די פייגלען פון הימל:

וַיֹּאמֶר אֱלֹקִים--יִשְׁרְצוּ הַמַּיִם, שֶׁרֶץ נֶפֶשׁ חַיָּה; וְעוֹף יְעוֹפֵף עַל-הָאָרֶץ, עַל-פְּנֵי רְקִיעַ הַשָּׁמָיִם. וַיִּבְרָא אֱלֹקִים, אֶת-הַתַּנִּינִם הַגְּדֹלִים; וְאֵת כָּל-נֶפֶשׁ הַחַיָּה הָרֹמֶשֶׂת אֲשֶׁר שָׁרְצוּ הַמַּיִם לְמִינֵהֶם, וְאֵת כָּל-עוֹף כָּנָף לְמִינֵהוּ, וַיַּרְא אֱלֹקִים, כִּי-טוֹב. וַיְבָרֶךְ אֹתָם אֱלֹקִים, לֵאמֹר: פְּרוּ וּרְבוּ, וּמִלְאוּ אֶת-הַמַּיִם בַּיַּמִּים, וְהָעוֹף, יִרֶב בָּאָרֶץ. וַיְהִי-עֶרֶב וַיְהִי-בֹקֶר, יוֹם חֲמִישִׁי.

לויט איין דעה אין חז"ל, זענען באשאפן געווארן אין דעם טאג אויך די מלאכים[3].

בשעת מען האט מקריב געווען דעם קרבן תמיד אין בית המקדש פלעגן די לויים זינגען דעם קאפיטל הרנינו לאלקים עוזינו[4], צוגעפאסט צום טאג אין וועלכע השי"ת האט באשאפן די פילפארביגע פיש און פייגל וועלכע ברענגען ארויס זיין לויב[5]. מען פירט זיך צו זאגן דעם קאפיטל אלס שיר של יום, ביים סוף פון שחרית[6].

די אידן וועלכע זענען געווען פון די מעמדות ווען דער בית המקדש איז געשטאנען פלעגן פאסטן אין דעם טאג אויף די מעוברות און מיניקות[7].

דאנערשטאג איז קעגן משה רבינו[8], און קעגן חנה די מאמע פון שמואל הנביא[9].

עזרא הסופר האט מתקן געווען אז מען זאל וואשן די קליידער לכבוד שבת אין דאנערשטאג[10]. כהנים און לויים פונעם משמר פון די וואך, וועלכע טארן זיך נישט שערן און וואשן די קליידער די גאנצע וואך כדי זיי זאלן עס טון בעפאר זיי הייבן אן דעם משמר[11], מעגן אבער דאנערשטאג יא (וואשן די קליידער[12], אדער אויך זיך שערן[13]), לכבוד שבת[11]. אויך אין שבוע שחל בו תשעה באב מעג מען וואשן די וועש דאנערשטאג לכבוד שבת[14].

די חכמים האבן איינגעפירט אז אן אלמנה זאל חתונה האבן דאנערשטאג[15], צווישן אנדערע צוליב די ברכה פון "פרו ורבו" וואס איז געזאגט געווארן אין דעם טאג פאר די פיש[16]. היינט איז מעשים בכל יום אז מען מאכט די חתונה אויך אין אנדערע טעג פון וואך, צוליב פארשידענע טעמים[17].

די חכמים האבן איינגעפירט אז א בתולה זאל חתונה האבן מיטוואך[15], אבער היינטיגע צייטן, ווען די הלכה גייט נישט אן, איז דאנערשטאג א פאסיגערע צייט לויט איין מקור[18]. אין די צייטן פון די גאונים האבן זיך די בני בבל געפירט חתונה צו מאכן אין דאנערשטאג, און די בני ארץ ישראל אין מיטוואך[19].

מען טאר נישט ארויספארן מיט א שיף איבער א גרויסע ים, אנגעהויבן פון דאנערשטאג ביז נאך שבת[20].

לויט איין שיטה טאר מען נישט האנדלען מיט קריסטן פון ארץ ישראל יעדע וואך פון דאנערשטאג ביז זונטאג, וויבאלד זונטאג איז א חגא פון עובדי עבודה זרה וואס אסר'ט אנגעהויבן פון דריי טעג פריער[21].

עס זענען דא וואס זאגן אז מען טאר נישט מאכן א מילה שלא בזמנה אין דאנערשטאג, ווייל מען ברענגט זיך דערמיט צו חילול שבת ווען שלישי למילה - ווען דאס קינד קען צוקומען צו סכנה - וועט געפאלן אין שבת[22].

לויט געוויסע מקורות טאר מען נישט שניידן די נעגל אדער די האר אין דאנערשטאג, ווייל עס דערקענט זיך ווי זיי וואקסן צוריק ביז שבת[23]. עס איז גלייך צו שניידן די נעגל פון די פיס דאנערשטאג און די נעגל פון די הענט פרייטאג[24].

מען פירט זיך צו ליינען אין דער תורה יעדן מאנטאג און דאנערשטאג ביי שחרית, כדי עס זאל נישט אריבערגיין דריי טעג פון וואך אן תורה[25]. דאס איז איינגעפירט געווארן דורך משה רבינו[26], אדער דורך עזרא הסופר[27]. מען האט באשטימט דווקא מאנטאג און דאנערשטאג, ווייל משה רבינו איז ארויפגעגאנגען באקומען די צווייטע לוחות אין דאנערשטאג און אראפגעקומען אין מאנטאג, און די טעג זענען דעריבער ימי רצון[28].

מען פירט זיך צו פארלענגערן דעם תחנון אין מאנטאג און דאנערשטאג, ווייל די טעג זענען ימי רצון[29]. די ראמאניאטן האבן אין די טעג צוגעלייגט פסוקים פון תחנונים אין די פסוקי דזמרה, ביים שטיקל פון "הודו"[30].

טייל ספרדים האבן געזאגט סליחות יעדן מאנטאג און דאנערשטאג[31]. אנדערע האבן זיך געפירט צו אויפשטיין צו סליחות יעדן מאנטאג און דאנערשטאג פון חודש אלול[32].

וויבאלד מאנטאג און דאנערשטאג זענען ימי רצון, זענען איינגעפירט געווארן פארשידענע תעניתים אין די טעג[33]. ווען עס האט נישט גערעגנט אין צייט, האבן די יחידים אנגעהויבן פאסטן מאנטאג און דאנערשטאג[34]. אין אשכנז און צרפת האט מען זיך געפירט צו פאסטן תענית בה"ב נאך די ימים טובים[35]. אין די ישיבות המקובלים פירן זיך טייל צו פאסטן און אפרעכטן פארשידענע תיקונים אין מאנטאג און דאנערשטאג פון די שובבי"ם וואכן. פארהאן ווער עס זאגט אז מען האט גוזר געווען צו פאסטן יעדן מאנטאג און דאנערשטאג, אויפן חורבן בית המקדש און חילול השם[36]. א קריסטליכער טעקסט פון ערשטן יארהונדערט ווארנט מען זאל נישט פאסטן אין מאנטאג אדער דאנערשטאג, אן אנערקענטער אידישער מנהג[37].

מען הייבט נישט אן קיין תענית ציבור אין דאנערשטאג, כדי נישט צו הייבן די פרייזן ווען מענטשן וועלן איינקויפן סיי צום אויספאסטן און סיי לכבוד שבת[38].

געוויסע סופרים זענען מדקדק צו שרייבן מזוזות און תפילין און קמיעות נאר אין באשטימטע שעות אין מאנטאג און דאנערשטאג, ווייל דאס וואס ווערט געשריבן אין יענע צייטן איז מצליח[39].

עזרא הסופר האט איינגעפירט אז בית דין זאל זיצן און משפט'ן יעדע מאנטאג און דאנערשטאג[40], ווייל אידן פון די דערפער קומען דאן אריין צו די שטעט פאר קריאת התורה[10], אדער ווייל די ספר תורה איז שוין גרייט אין פאל וואס מען דארף איינעם באשווערן[41]. בזמן הזה גייט נישט אן די תקנה, און יעדע טאג פון וואך קען ווערן באשטימט פאר ישיבת בית דין[42].

וויבאלד בית דין זיצט אין מאנטאג און דאנערשטאג זענען זיי טעג פון דין, און עס פאדערט מער זכותים צו ווערן געראטעוועט פון געפאר[43].

ווען פורים געפאלט אין איינע פון די אנדערע טעג פון וואך, האבן די חכמים געגעבן רשות פאר די אידן פון די דערפער צו ליינען די מגילה דעם מאנטאג אדער דאנערשטאג בעפאר י"ד אדר[44]. דאס גייט נישט אן בזמן הזה[45].

טייל האבן זיך געפירט צו לערנען בעיון מאנטאג און דאנערשטאג, און די אנדערע טעג בקיאות[46].

געוויסע האבן זיך געפירט צו גיין אין מקוה יעדן מאנטאג און דאנערשטאג[47].

עס איז געווען איינגעפירט ביי געוויסע פרויען נישט צו עסן קיין פליישיגס אין א מאנטאג אדער דאנערשטאג ווען מען זאגט תחנון[48].

אין אלגעמיינע קולטורן

אין מדינת ישראל איז דאנערשטאג דער לעצטער טאג פון דער ארבעט-וואך, חוץ פון פלעצער וואו עס איז איינגעפירט צו ארבעטן פרייטאג.

אין טייל איסלאמישע לענדער איז דאנערשטאג א רוה טאג, אין צוגאב צו פרייטאג. אמאל איז אזוי געווען איינגעפירט אין רוב איסלאמישע לענדער, אבער שפעטער איז באשלאסן געווארן אין א גרויס טייל פון זיי צו באשטימען דעם שבת אלס רוה טאג אויפן ארט פון דאנערשטאג, זיך מער צו פארגלייכן מיט די קאלענדארן פון אייראפע און די פאראייניגטע שטאטן.

אין אויסטראליע און אין נארוועגיע זענען די געשעפטן אפן דאנערשטאג ביז שפעטער ווי געווענליך.

אין דער סאוויעטן פארבאנד אין די 1970ער און 1980ער איז דאנערשטאג געווען א "פיש טאג", ווען רעסטוראנטן האבן געדארפט סערווירן פיש אנשטאט פליישיגס[49].

אין די פאראייניגטע קעניגרייך, זענען אלע אלגעמיינע וואלן זינט 1935 אפגעהאלטן געווארן אין א דאנערשטאג. דאס איז אנגענומען געווארן אלס טראדיציע, כאטש לויטן געזעץ קענען די וואלן פארקומען אין אלע טעג פון וואך חוץ פון שבת און זונטאג[50]. אויך לאקאלע וואלן ווערן געווענליך אויסגעפירט אין דער ערשטער דאנערשטאג פון מאי[51].

טענקסגיווינג דעי איז אן אמעריקאנער ציווילער האלידעי וואס ווערט אלעמאל אפגעראכטן אין דער פערטער דאנערשטאג פון נאוועמבער.

לויט סטאטיסטיקס פון די פאראייניגטע שטאטן, פאסירן די ווייניגסטע טויטפעלער פון הארץ אטאקעס, צוקערקרענק און וואפן אין דאנערשטאג[52].

"יעדע מאנטאג און דאנערשטאג" איז א אידישע פראזע וואס באצייכנט עפעס וואס איז אפט[53].

רעפערענצן

  1. זעט אויך ברכות נט, ב און רש"י דיבור המתחיל שבתאי
  2. "thursday". Online Etymology Dictionary.
  3. איין דעה אין בראשית רבה, פרשה ג', פסקה ח'; לויט די אנדערע דעה זענען זיי באשאפן געווארן מאנטאג.
  4. משנה, תמיד ז, ד
  5. ראש השנה לא, א
  6. טור, אורח חיים, סימן קל"ג
  7. תענית כז, ב
  8. תוספת זוהר, שמות דף רע"ז
  9. אגדת בראשית, פרק נ"ב
  10. 10.0 10.1 בבא קמא פב, א
  11. 11.0 11.1 תענית יז, א
  12. רש"י כתב יד אויף מועד קטן יז, ב
  13. ריטב"א, מועד קטן יז, ב
  14. תענית כו, ב
  15. 15.0 15.1 משנה, כתובות א, א
  16. זעט די סוגיא אין כתובות ה, א
  17. זעט: פסקי הלכות יד דוד, חלק שלישי עמוד ל"ח; ערוך השולחן, אבן העזר סימן ס"ד סעיף ז'.
  18. פני יהושע, אין קונטרס אחרון אנהייב כתובות
  19. חילוף מנהגות שבין בני ארץ ישראל לבני בבל, אות ל"ח
  20. שבת יט, א
  21. משנה תורה לרמב"ם, הלכות עבודה זרה וחוקות הגויים, פרק ט', הלכה ד'
  22. תשב"ץ חלק א' סימן כ"א, געברענגט אין בדק הבית יורה דעה סימן רס"ב און רס"ח
  23. טורי זהב און מגן אברהם, אורח חיים, סימן ר"ס, סעיף א'
  24. מגן אברהם, אורח חיים, סימן ר"ס, סעיף א'
  25. משנה תורה לרמב"ם, הלכות תפילה וברכת כהנים, פרק י"ב, הלכה א'
  26. משנה תורה לרמב"ם, הלכות תפילה וברכת כהנים, פרק י"ב, הלכה א'; ספר הפרדס, מהדורת עהרענרייך עמוד של"ח.
  27. תלמוד ירושלמי, מסכת מגילה, פרק ד', הלכה א'; מסכת סופרים, פרק עשירי.
  28. תוספות, בבא קמא פב, א, ד"ה כדי; לבוש, אורח חיים סימן קל"ד סעיף א'.
  29. רמ"א, אורח חיים, סימן קל"ד, סעיף א'
  30. סדור תפילות השנה כמנהג קהילות רומניא, דפוס ווענעציע, דף י ע"א
  31. ספר סדר היום, כוונת תחנונים. זעט: קובץ עץ חיים (באבוב), חלק י"ט עמוד שנ"ה, איבער די מנהגים דערוועגן.
  32. רבי מנחם המאירי, חיבור התשובה מאמר שני פרק א'. זעט מחזור ארם-צובא, עמוד של"ט.
  33. רמ"א, אורח חיים, סימן קל"ד, סעיף א'. זעט אויך שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תקנ"ב, סעיף י"א און די נושאי כלים
  34. תענית י, א
  35. שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תצ"ב
  36. שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תק"פ, סעיף ג'. זעט אויך תמים דעים סימן רמ"ה, אז מר בריה דרבינא האט געפאסט יעדן מאנטאג און דאנערשטאג פון יאר.
  37. Didache, Chapter 8
  38. תענית טו, ב
  39. סידור רש"י, אות תנ"ה
  40. כתובות ג, א
  41. טור, חושן משפט, סימן א', בשם רב האי גאון
  42. טור, חושן משפט, סימן א'
  43. שבת קכט, ב
  44. מגילה ב, א
  45. טור, אורח חיים, סימן תרפ"ח
  46. שני לוחות הברית, סוף חלק תורה שבעל פה, בשם ר"י די ליאון
  47. מגיד מישרים, פרשת בהר; זכרון לבני ישראל, עמוד נ"ח
  48. ים של שלמה חולין, פרק אותו ואת בנו סימן יא
  49. Petrosian, Irina; Underwood, David (2006), Armenian Food: Fact, Fiction & Folklore, Armenian Research Center collection (2 ed.), p. 115, ISBN 1-4116-9865-7
  50. "Representation of the People Act 1983". Schedule 1, Act of 1996. Retrieved 3 November 2016.
  51. "General elections - UK Parliament".
  52. Sara G. Miller. "The Deadliest Day of the Week", Live Science. 
  53. דוד קאץ, (frequent(ly, אויף א יידישע קולטורעלע ווערטערבוך