פרשת בְּשַׁלַּח איז די פערטע סדרה פון ספר שמות, און די זעכצנטע פון די תורה בכלל. די פרשה גייט פון קאַפּיטל י"ג, פסוק י"ז ביז קאַפּיטל י"ז, פסוק ט"ז, לויטן אנגענומענעם צעטיילונג פון קאפיטלען, פארמאגנדיג אינאיינעם 116 פסוקים און פערצן פרשיות - ניין פתוחות און פינף סתומות.

Arrow r.svg בשלח Arrow l.svg
פסוקים שמות יג, יז - יז, טז
צאל פסוקים 116 (23'סטע)
צאל ווערטער 1681 (18'טע)
צאל אותיות 6423 (18'טע)
אינהאלט קריעת ים סוף און שירת הים, די אידן זוכן וואסער אין מרה, גאט געבט מן, משה שלאגט דעם שטיין, מלחמת עמלק
מצוות אין דער פרשה לויטן ספר החינוך
עשה (0)  לא תעשה (1)
ארויסגיין פון תחום שבת
הפטורה
אשכנזים שופטים ד, ד - ה, לא
ספרדים שופטים ה, א–לא
תימנים שופטים ד, כג - ה, לא
איטאליענער שופטים ד, ד - ה, ג
מַרְכְּבֹת פַּרְעֹה וְחֵילוֹ יָרָה בַיָּם: די מצריים זינקען אין ים סוף. מאלעריי דורך פרעדריק ארטור ברידגמאן, 1900

אין די פרשה ווערט געשילדערט די ערשטע וואנדערנישן פון די אידן אין מדבר: דער קריעת ים סוף און שירת הים; די הונגער און דארשט פון די אידן אין מדבר און זייערע באקלאגענישן צו משה, און די נסים מיט די וואסער אין מרה, די מן, און די בארה של מרים; אויספירנדיג מיט מלחמת עמלק.

פרשת בשלח ווערט געליינט צווישן י' און י"ז שבט. דער שבת אין וועלכע די פרשה ווערט געליינט ווערט גערופן "שבת שירה", און איז די פערטע פון די שובבי"ם וואכן.

אינהאלט

קריעת ים סוף

  קריעת ים סוף

נאכ'ן ארויסגיין פון מצרים, האט גאט געפירט די אידן אין מדבר נעבן ים סוף, און געוויזן דעם וועג בייטאג מיט'ן עמוד הענן און ביינאכט מיט'ן עמוד האש[1]. גאט האט ווידער פארהארטעוועט פרעה'ס הארץ ער זאל זיך איינרעדן אז די אידן זענען פארבלאנזשעט, און ער האט חרטה געהאט אויף דאס ארויסלאזן די אידן. פרעה איז ארויס מיט זיין פאלק נאכיאגן די אידן, און זיי דערגרייכט זיצנדיג ביים ים. די אידן האבן זיך גאר שטארק דערשראקן, און געשריגן צום אויבערשטן, און זיך באקלאגט צו משה פאר'ן זיי ארויסנעמען צו שטארבן אין מדבר. משה האט זיי בארואיגט, אז זיי זאלן זיך שטעלן אויסווארטן די רעטונג פונעם אויבערשטן, ווייל זיי וועלן מער קיינמאל זען די מצריים: ”ה' יִלָּחֵם לָכֶם וְאַתֶּם תַּחֲרִישׁוּן”.

גאט האט באפוילן משה'ן צו זאגן פאר די אידן זיך צו ציען צום ים, און ער זאל אויסשטרעקן זיין שטעקן איבער'ן וואסער און עס שפאלטן. דער עמוד הענן האט זיך געשטעלט צווישן די אידן און די מצריים, און משה האט אויפגעהויבן זיין האנט איבערן וואסער, ווען א שטארקע ווינט האט געבלאזן און געשפאלטן דעם וואסער. די אידן זענען אריין אין ים ווען דאס וואסער שטייט געהויבן ביי זייערע זייטן, און די מצריים האבן זיי נאכגעיאגט מיט זייערע פערד און רייטער אין ים אריין, ווען גאט האט צעטומלט די מצריים, און באפוילן משה ווידער אויפצוהייבן דעם שטעקן איבער'ן ים, און דאס וואסער האט זיך צוריקגעקערט צו איר שטייגער אויף די מצריים, וועלכע זענען דערטראנקען געווארן און קיינער פון זיי איז פארבליבן. די אידן האבן דאס צוגעזען, ”וַיַּאֲמִינוּ בַּה' וּבְמֹשֶׁה עַבְדּוֹ”[2].

משה און די אידן האבן דאן געזינגען שירה צום אויבערשטן, וואו זיי האבן געלויבט אויף די ישועה פון גאט, אויף זיין כח, און די שרעק וואס איז געפאלן אויף די פעלקער, און די האפענונג צו אריינגיין אין ארץ ישראל. די פרויען האבן באזונדער געזינגען שירה אונטער די פירערשאפט פון מרים הנביאה[3].

וואסער און מן

  מן

די אידן זענען אנגעקומען קיין מרה, וואו זיי האבן נאך דריי טעג אן וואסער געפינען ביטערע וואסער, און זיך באקלאגט דערויף צו משה, וועלכע האט געשריגן צום אויבערשטן, און גאט האט אים געוויזן א צווייג וועלכע ער האט געווארפן אין וואסער און עס איז זיס געווארן. דארט האבן די אידן באקומען טייל דינים פון די תורה[4], און דער אויבערשטער האט געגעבן א צוזאג אז ווען מען וועט טון די מצוות, ”כָּל הַמַּחֲלָה אֲשֶׁר שַׂמְתִּי בְמִצְרַיִם לֹא אָשִׂים עָלֶיךָ כִּי אֲנִי ה' רֹפְאֶךָ”[5].

די אידן זענען דאן אנגעקומען קיין מדבר סין, וואו זיי האבן זיך ווידער באקלאגט צו משה און אהרן אויף וואס זיי האבן נישט קיין עסן אין מדבר, ווען גאט האט געזאגט פאר משה אז ער וועט טעגליך אראפרעגענען מן פון הימל, ווידער פרייטאג וועט קומען א דאפלטע פארציע פון וועלכע מען זאל נעמען אויך אויף שבת, און גאט האט זיי דארט געגעבן דעם שבת, און אנגעזאגט איבער נישט ארויסגיין פון תחום שבת. משה האט על פי ה' אנגעזאגט אהרן אוועקצולייגן פון די מן נעבן דעם ארון הברית, צו געדענקען דאס וואס דער אויבערשטער האט געשפייזט די אידן די פערציג יאר אין מדבר[6].

דאן זענען די אידן אנגעקומען קיין רפידים וואו עס איז ווידער נישט געווען קיין וואסער, און דאס פאלק האט זיך געקריגט מיט משה דערוועגן, און משה געדאווענט צום אויבערשטן, וואס האט אים באפוילן צו שלאגן א שטיין מיט זיין שטעקן, און עס איז ארויס דערפון וואסער[7].

מלחמת עמלק

עמלק איז געקומען און ארויס אין קריג מיט די אידן, און יהושע איז ארויס, אויפ'ן באפעל פון משה, מלחמה האלטן מיט אים, ווען משה, אהרן און חוּר, זענען ארויף אויפ'ן שפיץ בארג, און משה האט אויפגעהויבן זיין האנט מיט די הילף פון אהרן און חור, וועלכע האט געפירט צום זיג איבער עמלק. גאט האט באפוילן משה צו אפצייכענען א שטענדיגע מלחמה מיט עמלק, און משה האט דארט געבויט א מזבח[8].

מצוות אין דער פרשה

לויט ווי אויסגערעכנט אינעם ספר החינוך[9] איז פארהאן איין מצוה אין דער פרשה:

מצוה מקור אקטועל היינטיגע צייטן באפוילענע
ארויסגיין פון תחום שבת אַל יֵצֵא אִישׁ מִמְּקֹמוֹ בַּיּוֹם הַשְּׁבִיעִי (טז, כט) יא יעדער

דאטומען

דער שבת ווען מ'ליינט די פרשה, קען געפאלן אין זעקס אנדערע דאטומען:

הפטורה

מען ליינט די הפטורה אין די שירת דבורה פון ספר שופטים. די אשכנזים הייבן אן ביי קאַפּיטל ד', פסוק ד', די ספרדים ביי קאַפּיטל ה', פסוק א', און די תימנים ביי קאַפּיטל ד', פסוק כ"ג, און מען ענדיגט ביי קאַפּיטל ה', פסוק ל"א. די איטאליענער ליינען פון ד, ד ביז ה, ג. ביי די ראָמאַניאטן ליינט מען יהושע כד, ז–כג.

שבת שירה

  שבת שירה

דער שבת אין וועלכע מען ליינט פרשת בשלח און די שירת הים, און די הפטורה אין שירת דבורה, ווערט גערופן "שבת שירה". עס זענען פארהאן פארשידענע מנהגים דעם שבת, אפצוצייכענען די נס פון קריעת ים סוף און פרשת המן וועלכע שטייט אויך אין די פרשה. דער שירה - וועלכע איז אייגנארטיג געשריבן אין ספר תורה ווי ציגל - "אריח על גבי לבנה"[10], ווערט געליינט בשעת דער ציבור שטייט פון ויושע[11] מיט ספעציעלע טראפן. אויך ווען די שירה ווערט - ווי געווענליך - געזאגט ביי פסוקי דזמרה, ווערט עס אין דעם שבת געזאגט מיט א ספעציעלן נוסח אין טייל קהילות, און ביי געוויסע פסוק ביי פסוק.

געוויסע פירן זיך צו זינגען דעם פיוט "יום ליבשה נהפכו מצולים"[12]. אויך איז א ברייט-פארשפרייטע מנהג צו ארויסלייגן שפייז פאר די פויגלען[א], און צוליב דער איסור פון שפייזן באשעפענישן אום שבת[18] לייגן פיל אום ערב שבת.

עס ווערט נאכגעזאגט פון רבי מענדעלע רימאנאווער א סגולה פאר פרנסה צו זאגן פרשת המן, שנים מקרא ואחד תרגום, אום ג' בשלח[19], אבער אנדערע[20] צווייפלען אין די באגלייבקייט דערפון.

צו ליינען מער

דרויסנדע לינקס

טעקסט:

טייטש

  • מאיר הלוי לעטעריס, "פרשת בשלח", חמשה חומשי תורה אין אידיש, ניו יארק, תרע"ד

פארברייטערונג:

נאטיצן

  1. פארהאן דערויף פארשידענע טעמים: 1) ווייל די פייגלען האבן געזינגען שירה ביי קריעת ים סוף[13]. 2) ווייל דתן און אבירם האבן אויסגעלייגט מן אפצופרעגן משה וואס האט געזאגט אז שַׁבָּת לֹא יִהְיֶה בּוֹ, און די פייגל האבן עס אויפגעגעסן, און אום שבת יָצְאוּ מִן הָעָם לִלְקֹט וְלֹא מָצָאוּ"[14], און אלס שכר געבט מען זיי שפייז[15]. 3) ווייל די פייגל טרעפן זייער שפייז גרינג, און מיר ווייזן דערמיט אז אידן וועלכע זענען צוגעגליכן צו פייגל[16] וועלן פארזארגט ווערן מיט שפייז פון הימל ווי מן ווען מען פארלאזט זיך אויפ'ן אויבערשטן[17].

רעפערענצן

  1. יג, יז–כב.
  2. קאַפּיטל י"ד.
  3. טו, א–כא.
  4. סנהדרין נו, ב.
  5. טו, כב–כז.
  6. קאַפּיטל ט"ז.
  7. יז, א–ז.
  8. יז, ח–טז.
  9. ספר החינוך, מצוה כ"ד.
  10. מגילה טז, ב.
  11. קצות השלחן - חלק ג, סימן פ"ד סקכ"ב.
  12. אדער ים ליבשה, זעט פיוט "י[ו]ם ליבשה" אויף אוצר החכמה פארום.
  13. תוספת שבת, סשכ"ד סקי"ז.
  14. טז, כו–כז.
  15. פונעם חוזה פון לובלין, געברענגט אין רבי יחיאל מיכל היבנער, נחלה לישראל - שער בת רבים, אות י"ז.
  16. שמות רבה, פרשה ה', פסקה י"ב
  17. רבי משה פון פשעווארסק, אור פני משה, פרשת בשלח.
  18. מגן אברהם, אורח חיים, סימן שכ"ד, סעיף קטן ז', געברענגט אין משנה ברורה, סימן שכ"ד, סעיף קטן ל"א. אבער זעט אין תוספת שבת, דארט, וואס איז מתיר, און פילע ברענגען אים אראפ.
  19. ילקוט מנחם החדש, מהדורת תשנ"א, זייט רצ"א, בשם רבי אברהם שלום האלבערשטאם.
  20. זעט שמעון גוטמאן, אוצר ט"ו בשבט, פרק י' (עמ' שנב).


* בשלח קאַטעגאָריע:שבט