המכלול:רוי געביט

ווערסיע פון 02:40, 11 יאנואר 2024 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (משהו קלארער..)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

די רוי געביט איז א צייטווייליגער געביט אין המכלול, וואו עס זענען פלאצירט געווארן אלע אימפארטירטע וויקיפעדיע ארטיקלען, אויף ביז ווען זיי ווערן איבערגעשריבן אויף המכלול. די געביט איז פונאנדערגעשיידט פון די הויפט געביט מיט א מערקבארע הינטערגרונט קאליר, און לינקען וועלכע פירן אהין זענען גרין (אנשטאט בלוי, ווי אנדערע אינערליכע לינקס) מיט א העל-בלויע הינטערגרונט (ביישפיל).

איר ציל

ביים גרינדן המכלול זענען אלע ארטיקלען פון יידישע וויקיפעדיע אימפארטירט געווארן צו המכלול. די סיבות דערצו רעכנט אריין:

  1. צו האבן א שטיקל באזיס פון אינפארמאציע, און עס זאל נישט זיין עפעס פאסיג אויף די יידישע וויקיפעדיע וואס איז נישט צוטריטליך אויף המכלול.
  2. שנעלע צוטריט צו אינפארמאציע דורך אינערליכע לינקס אין המכלול ארטיקלען, און פארמינערן דעם צאל פון רויט-לינקען.

די ארטיקלען פון וויקיפעדיע זענען געשריבן פעלערהאפטיג, מיט 3,400 ארטיקלען פון 15,500 אפיציעל באצייכענט אלץ שטומף[1], געשריבן אויף א יידישיסטישע יידיש, מיט איבלען ברוחניות ובגשמיות[2][3]. דערפאר איז דורכגעפירט געווארן א רייניגונג אין וועלכע עס זענען געמעקט געווארן פסול'ע בלעטער און אינהאלט, און אויפ'ן וועג אויך פטור געווארן פון טייל איבריגע אומענציקלאפעדישע תוכן.

פרינציפן אנבאלאנגט דער געביט

וויבאלד די איינציגסטע תועלת פון די ארטיקלען איז ווי אויבנדערמאנט, זענען זיי אריינגעשטעלט אין קוואראנטין אין די ספעציעלע געביט, נאר אויף ביז ווען דער רעלעוואנטער ארטיקל ווערט איבערגעשריבן אין הויפט געביט, אויף המכלול סטאנדארטן - וואס דאן קען געמעקט ווערן דער בלאט פון רוי געביט.

ארטיקלען אין רוי געביט זאלן לכתחילה נישט רעדאגירט ווערן: די ארטיקלען זענען נישט דא אויף צו צושטעלן פולע אינפארמאציע, און עס איז א שאד צו פארלייגן כוחות דערויף. אויב קענט איר די נושא און איר ווילט עס באארבעטן, ביטע שאפט דעם בלאט ווי א דרעפט אין המכלול, און שרייבט עס אפ בשלימות.

ארטיקלען אין רוי געביט קענען נישט סתם אזוי אריבערגעפירט ווערן: די ארטיקלען געפונען זיך אין קוואראנטין פאר א סיבה, און זיי דארפן דארט בלייבן ביז ווען זיי האבן אפגעדינט. אויך אויב טרעפט איר אמאל אן ארטיקל וואס איז נישט אזוי שלעכט, איז עס אבער נישט וואס המכלול שטעלט פאר - זיי קענען נישט ארויסגעפירט ווערן צום הויפט געביט.

טעקסט זאל נישט קאפירט ווערן: ווען מען שרייבט ארטיקלען איבער א נושא וואס איז שוין דא אין רוי געביט, זאל מען דאס נישט נוצן אלץ א באזיס צו ארבעטן דערויף. ביטע נישט קאפירן טעקסט פון די רויע ארטיקלען אפילו עס ווערט פארבעסערט. עס איז כדאי צו זוכן בעסערע ענציקלאפעדישע רעסורסן אויף וואס צו בויען.

אומפאסיגע אינהאלט: מיר האבן פרובירט די בעסטע צו רייניגן די בלעטער פון אומפאסיגע אינהאלט. אויב טרעפט איר עפעס אומפאסיג, ביטע באריכט דאס דורך דעם ספעציעלן בלאט.

בלאט קעפלעך: וויבאלד איינס פון די סיבות פארוואס די בלעטער זענען אימפארטירט געווארן איז צו האבן גרינגע צוטריט צו אינפארמאציע דורך אינערליכע לינקס, איז וויכטיג אז די קעפלעך פון די בלעטער זאלן יא זיין ריכטיג, אזויווי מען וואלט עס גערופן אין המכלול. אויב טרעפט איר א טעות, אדער איר האט הערות אויף בלאט-נעמען, ביטע עפנט א דיסקוסיע דערוועגן אין שמועס בלאט פון יענעם בלאט, און טעגט דערביי די {{מנטרים}}. איר קענט, און עס איז ראטזאם, אליין צו שאפן פאסיגע ווייטערפירונגען וואס וועלן זיך אויספעלן ווען דער ארטיקל וועט שוין זיין איבערגעשריבן; אבער אויך די ווייטערפירונגען דארפן געשאפן ווערן אין רוי געביט, צו ערזעצט ווערן בעתיד צוזאמען מיט'ן ארטיקל.

זכות קדימה: כדי צו קענען ווי שנעלער פטור ווערן פון די רויע ארטיקלען, ווערט געגעבן א דין קדימה פאר וויכטיגע ארטיקלען וועלכע זענען דא אין רוי געביט. ווען איר שרייבט איבער אן ארטיקל, מערקט אן אין שמועס בלאט פון די רויע ארטיקל אז דאס איז שוין ערזעצט, און קען געמעקט ווערן.

דרעפטס

דער רוי געביט ווערט אויך געניצט אלס צייטווייליגע סטאנציע פאר דרעפטס וועלכע זענען נאכנישט באשטעטיגט צו זיין אויף די המכלול סטאנדארטן שטאפל אויף אריבערגעפירט צו ווערן צום הויפט געביט, אבער גענוג געצייטיגט און קענען שוין דערווייל ערזעצן בלעטער פון וויקיפּעדיע. אזעלכע ארטיקלען האבן די זעלבע קאלירן אויף די לינקס צו זיי, אבער די הינטערגרונט קאליר פון די עצם בלאט איז ליכטיג גרוי (גאר ענליך צו אלגעמיינע בלעטער).

אזעלכע ארטיקלען האבן די זעלבע סטאטוס ווי סיי וועלכע דרעפט, און זיי רעדאגירן און ערגענצן איז נישט נאר ערלויבט, נאר זאגאר געוואונטשן. עס ליגט אין רוי נאר כדי לינקס דערצו זאלן ארבעטן, און קענען געטראפן ווערן אין זוכענישן. די "קוואראנטין" געזעצן זענען נישט חל דערויף.

רעפערענצן