מולד

ערשטע ערשיינונג פון לבנה שיין פונעם חודש


אינעם אידישן לוח, איז א מולד (אדער מולד הלבנה) אן אסטראנאמישע געשעעניש וואס דיקטירט ווען ראש חודש וועט געפאלן. עס איז דעפינירט ווי דער רגע ווען די ליכטיגקייט פון דער לבנה ווערט באנייט אנהייב פון א חודש. צווישן איין מולד צום צווייטן איז דא 29 טעג, 12 שעה, און 793 חלקים; באקאנט אלץ כ"ט י"ב תשצ"ג. אין פיל קהילות איז איינגעפירט אויסצורופן די מולד בשעת ברכת החודש יעדן חודש.

די באנייטע לבנה. דאס בילד איז פונעם צווייטן טאג.

דער ערשטער מולד פון ווען אלע מולדות ווערן גערעכנט איז דער מולד פון תשרי שנת א' ליצירה וואס איז געווען מאנטאג נאך 5 שעה און 204 חלקים, באקאנט אלץ מולד בהר"ד. מולד בהר"ד איז נישט פאקטיש געווען דער ערשטער מולד, נאר איז בלויז א היפאטעטישער מולד וואס מען האט אויסגערעכנט פאר'ן צוועק פונעם חשבון. דער פאקטישער ערשטער מולד איז לויט רבי אליעזר אז בתשרי נברא העולם געווען דער פון תשרי שנת ב', וואס איז געפאלן פרייטאג נאך 14 שעה, באקאנט אלץ וי"ד; און לויט רבי יהושע אז בניסן נברא העולם איז עס געווען דער פון ניסן שנת ב' וואס איז געפאלן מיטוואך נאך 9 שעה און 642 חלקים, באקאנט אלץ ד"ט תרמ"ב.

דאס פלאץ וואו די מולדות רעכענען זיך איז א מחלוקת ראשונים, ווען דער אנגענומענסטער מהלך איז אז זיי רעכענען זיך לויט ירושלים. אזוי אויך איז ברייט אנגענומען אז די זייגער פון די מולדות איז דער אמת'ער ארץ־ישראל'דיגע זייגער, וואס איז מיט 21 מינוט גערוקט פון די היינטיגער זייגער דארט, און אז די שעות הייבן זיך אן פון 6:00 אוונט.

די חשבונות פונעם מולד לויט חז"ל זענען גאר פינקטליכע, און זענען גאר נאנט צו וואס מאדערנע אסטראנאמען זאגן. די חשבונות זענען אויך געווען אנגענומען ביי אנדערע פעלקער אינעם אלטערטום, וואס האבן געהאלטן אז די לענג פון א חודש איז גאר נאנט צו, אדער גענוי ווי, דאס וואס חז"ל זאגן.

באדייט

 
אן אילוסטראציע פון דער לבנה בשעת'ן מולד

דער מולד הלבנה איז דער רגע ווען די לבנה ווערט דערפרישט אנהייב פון א חודש. די ליכטיגקייט פון דער לבנה ווערט גרעסער און גרעסער דורכאויס דעם חודש ביז'ן מיטן פונעם חודש; דאן הייבט עס אן ווערן קלענער אין קלענער ביז סוף חודש, ווען עס ווערט אינגאנצן טונקל. דאן, ביים מולד, ווערט עס באנייט, און א נייער חודש הייבט זיך אן.

די גרויסקייט פון דער ליכטיגקייט פון דער לבנה ווענדט זיך אין איר עלאנגאנאציע מיטן זון ("עלאנגאנאציע"; די ווייטקייט פון דער לבנה צום זון אינעם גלגל המזלות). די לבנה קרייזט ארום די וועלט איבער דעם הימל פון מערב קיין מזרח; וואס נענטער די לבנה איז צום זון, אלץ קלענער איז די ליכטיגקייט דערפון, און וואס ווייטער, אלץ גרעסער. האלב פון דער פיזישער לבנה איז אלעמאל באלאכטן, דאס איז די האלב וואס איז צו דער זייט פונעם זון; און וואס מער די וועלט איז צווישן דעם זון מיט דער לבנה, אלץ מער קען מען זען די באלאכטענע טייל פון איר.

א מולד איז דעפינירט אלץ דער רגע ווען די עלאנגאנאציע פון דער לבנה צום זון איז 0°, דאס הייסט זיי זענען ביידע אויף דעם זעלבן ארט אינעם גלגל המזלות[א][1]. דער מאמענט הייסט אויך דער "קיבוץ", "דיבוק" און "חידוש". די לבנה איז דאן צווישן דער וועלט און דעם זון, און אינגאנצן טונקל. פון יענער רגע און ווייטער ווערט באנייט די לבנה פונעם נייעם חודש. ביים "מולד", פארגליכן צו א ניי געבוירן קינד וואס קען זיך נאכנישט אויפפירן ווי עלטערע מענטשן, קען מען דאן נאכנישט זען די לבנה ווי אנדערע שטערנס[2].

די לבנה'ס מהלך ארום דעם הימל רעלאטיוו צום זון געדויערט בערך 29.531 טעג. איר מהלך רעלאטיוו צו די שטייענדיגע שטערנס איז קורצער, בלויז 27.322 טעג[3]. נאר דורכאויס די 27.322 טעג רוקט זיך דער זון אין זיין אייגן גאנג איבער דעם הימל ארום 26.929° קיין מזרח; און די לבנה דארף דאס משלים זיין אין די איבריגע 2.209 טעג[4].

די פינקטליכע און אמת'ע צייט־אפשניט ווילאנג עס געדויערט פאר'ן לבנה ארומצוקרייזן דעם וועלט איז אנדערש יעדע חודש געוואנדן אין אסאך פאקטארן, און דער לענגסטער חודש קען זיין מיט איבער א טאג לענגער ווי דאס קורצטער. פאר'ן צוועק פון קובע זיין דעם אידישן לוח, האבן חז"ל אוועקגעשטעלט א מולד האמצעי, דאס איז א דורכשניטליכע צייט־אפשניט פאר'ן חודש, אין די דאזיגע מולדות וועלן אלעמאל זיין אין די 14 שעה איידער אדער נאך די אמת'ע מולדות[5].

דער אידישער לוח און דער מולד

אינעם אידישער לוח דארפן די חדשים זיך אנהייבן אינאיינעם מיט דער נייער לבנה וואס ערשיינט נאכ'ן מולד. דער אויבערשטער האט געזאגט פאר משה רבינו אין מצרים ”החודש הזה לכם ראש חדשים” (שמות יב, ב) – "אזוינס (די נייע לבנה), וועט איר וועט עס זען, זיי מקדש דעם חודש"[6].

אין די צייטן ווען עס איז געווען א סנהדרין פון "סמוכים", האט מען מקדש געווען "על פי הראיה", דאס הייסט, באזירט אויף עדים וואס האבן געזאגט אז זיי האבן שוין געזען די נייע לבנה[7]. אבער זייט די צייטן פון הלל נשיאה, איז מען קובע די חודש לויט א באשטימטן חשבון. הלל האט געזען אז די סמיכה ווערט בטל און עס וועט שוין נישט זיין קיין סנהדרין וואס וועט קענען קובע זיין ראשי חודשים, האט ער אויסגעשטעלט אן אריטמישער חשבון קובע צו זיין דער אידישער לוח[8].

אינעם אידישער לוח וואס מען ניצט זייט הלל'ס צייטן, איז מען קובע ראש השנה אינעם טאג ווען דער מולד פון תשרי געפאלט, אויסער אויב עס איז דא א סיבה עס אפצושטופן מיט איינס אדער צוויי טעג[9]. אלע חדשים אויסער חשוון און כסלו האבן אלע א באשטימטע צאל טעג, 29 אדער 30. אנדערש זענען חשוון און כסלו, וואס קענען זיין אמאל ביידע פון זיין 29, אמאל ביידע 30, און אמאל כסדרן (חשוון 29 און כסלו 30); געוואנדן לויט וויפיל טעג עס זענען דא צווישן איין ראש השנה און דעם קומענדיגן[10]. דער חשבון פון דער מולד מיט די כללים ווען אפצושטופן ראש השנה, אינאיינעם מיט'ן סדר פון די עיבור יארן, שטעלן אויס דער גאנצער אידישער לוח.

חז"ל רעכענען אז פון איין מולד צום צווייטן זענען דא 29 טעג, 12 שעה און 793 חלקים (1080 חלקים אין א שעה); באקאנט מיטן סימן כ"ט י"ב תשצ"ג[11]. דער ערשטער מולד פון תשרי שנת א' ליצירה, איז געווען מאנטאג נאך 5 שעה און 204 חלקים; באקאנט מיטן סימן בהר"ד[7]. כדי צו וויסן ווען א געוויסע מולד וועט זיין, דארף מען צולייגן צו מולד בהר"ד, כ"ט י"ב תשצ"ג פאר יעדע חודש וואס איז אריבער זייט בריאת העולם.

מולד בהר"ד

דער מולד פון תשרי שנת א' איז אוועקגעשטעלט אלץ מאנטאג נאך 5 שעה און 204 חלקים – בהר"ד. דאס איז אבער נישט דער ערשטער מולד נאך בריאת העולם, נאר "מולד תהו", א היפאטעטישער מולד וואס מען האט אוועקגעשטעלט פאר'ן צוועק פונעם חשבון.

לויט רבי אליעזר וואס האלט אז בתשרי נברא העולם, איז דער ערשטער מולד געווען פרייטאג צוויי שעה אריין אין טאג, נאך 14 שעה פונעם מעת לעת, באקאנט מיטן סימן וי"ד. תוספות ברענגט אז דאס זעט מען פונעם מדרש וואס דעטאלירט דעם סדר היום פון אדם הראשון אין זיין ערשטן טאג[12]: אין דער ניינטער שעה האט דער באשעפער אים באפוילן מיט'ן פארבאט צו עסן פונעם עץ הדעת, און דאן האט ער מקדש געווען דעם חודש. לויט'ן גמרא אז די לבנה בלייבט פארשטעלט די ערשטע זעקס שעה נאכ'ן מולד, קומט אויס אז דער מולד איז לויט'ן חשבון געבוירן געווארן זעקס שעה פריער, אנהייב דער דריטער שעה, נאך צוויי שעה אין טאג, וואס זענען 14 שעה פון אנהייב מעת לעת[13]. דער מולד האט למעשה פאסירט בשעת דער באשעפער האט באשאפן אדם הראשון, ווייל איידער יענער צייט איז נישט געווען ווער זאל עס זען און מקדש זיין חדשים[14].

לויט ווי די "בני מערב" האבן זיך געפירט ביים רעכענען די יארן ליצירה, ווערן די ערשטע פינף טעג פון ששת ימי בראשית גערעכנט אלץ איין יאר, שנת א' ליצירה, און ביים פרייטאגדיגער מולד האט זיך אנגעהויבן שנת ב' ליצירה[15]. דאס איז אויך דער וועג וואס איז היינט אין באניץ ביי אידן[16]. היות מיר רעכענען דער מולד פון אנהייב שנת א', האט מען אויסגערעכנט צוריק צו וועגס ווען דער מולד וואלט ווען געווען אין תשרי שנת א', און דאס איז מולד בהר"ד[13][14].

דער גר"א שרייבט אז די אידן היינט רעכענען ווי די "בני מזרח", אז דער מולד פון פרייטאג פון ששת ימי בראשית איז געווען פון שנת א' ליצירה, נאר וויבאלד בשעת דער יאר פונעם מבול האבן דער זון און לבנה נישט געדינט, איז מען משלים יענע יאר מיט א "שנת תוהו"[17]. רב האי גאון שרייבט אז אויך די "בני מזרח" פלעגן רעכענען פון מולד בהר"ד, פאר א פראקטישער סיבה: ווען מען רעכנט מולדות דארף מען רעכענען די מולדות ביז צום יעצטיגן יאר, ולא עד בכלל. דאס מיינט, פאר דער מולד פון שנת ה'תשפ"ד דארף מען רעכענען מולדות וואס זענען פאריבער אין ה'תשפ"ג יארן. כדי אויסצומיידן דעם איבריגן שטאפל אינעם חשבון, האבן אויך די בני מזרח גערעכנט פון איין יאר פריער, מולד בהר"ד[18].

דער מולד בהר"ד שטימט אויך לויט רבי יהושע וואס האלט אז בניסן נברא העולם. לויט רב אדא, איז לויט רבי יהושע דער מולד נישט געווען פרייטאג, נאר מיטוואך – דער טאג ווען דער זון און די לבנה זענען באשאפן געווארן. תוספות ווייזט אויף אז עס קען נישט זיין אז רבי יהושע האלט אויך אז דער מולד איז געווען פרייטאג, ווייל דאן וואלט די מולדות לויט רבי אליעזר געווען צוויי טעג שפעטער ווי לויט רבי יהושע, און מען וואלט געדארפט צו דערגיין דער ווארהייט מיט פשוט'ע אבזערוואציע[13]. די ראשונים זאגן לויט רבי יהושע איז דער ערשטער מולד געווען מיטוואך פון ששת ימי בראשית, ביי 9 שעה און 642 חלקים. וויבאלד דער לוח איז מיוסד אז דער יאר הייבט זיך אן תשרי, האט מען גערעכנט צוריק צו וועגס צו תשרי פון יענעם יאר, און דער מולד קומט אויס בהר"ד[19].

לויט די שיטה פון שמואל אנבאלאנגט די תקופות, קומט אויס אז דער מולד האט פאסירט דער מיטוואך נאך ששת ימי בראשית, מיט 7 טעג 9 שעה און 642 חלקים נאך תקופת ניסן. דער סמ"ג[20] איז מסביר אז די לבנה האט זיך פארזוימט א וואך צוליב דער סכסוך מיט'ן זון וואס האט געפירט צו דעם אז זי זאל קלענער ווערן. דער לבוש זאגט אז זי האט זיך נוהג געווען בנזיפה א גאנצע וואך, ווי מען לערנט ארויס פון מרים הנביאה[21]. תוספות לערנט אז שמואל האלט ווי רבי אליעזר אז בתשרי נברא העולם[22]. אנדערע האלטן אז דער מולד איז געווען מיטוואך פון ששת ימי בראשית, און די זון איז באשאפן געווארן אינמיטן זיין גאנג, אויסזעענדיג ווי די א וואך נאך דער תקופה[23].

נאך א שיטה איז די פון רב אביתר[24] און תרגום יונתן[25]. לויט זיי איז דער ערשטער מולד געווען מיטוואך נאך 20 שעה און 408 חלקים, און מולד בהר"ד איז דער מולד פון א יאר שפעטער. ווי עס שיינט, האבן זיי געהאלטן אז די יאר פון בריאת העולם איז נישט אין דער צאל פון די יארן, און ווען מען רעכנט פון בהר"ד רעכנט מען אנגעהויבן פון דער צווייטער יאר[26].

דער זייגער פון די מולדות

עס זענען פארהאן עטליכע ספיקות אנבאלאנגט די צייט פונעם מולד, ווי אזוי עס איבערצוטייטשן צו די היינטיגע זייגערס. געוויסע האלטן אז עס איז נישט שייך בכלל איבערצוטייטשן דעם מולד צו סיי וועלכן זייגער, וויבאלד דער מולד איז אן אבסטראקטער באגריף, און נישט קיין עכטע געשעעניש.

פלאץ פון די רעכענונגען

די צייט אין טאג איז אנדערש פון פלאץ צו פלאץ ארום דער וועלט, און די מולדות ווערן גערעכנט צו דער זייגער פון איין געוויסע פלאץ אויף דער וועלט. אין די ראשונים טרעפט מען עטליכע שיטות לגבי דער פלאץ וואו די מולדות ווערן גערעכנט:

  • דער אבן עזרא[27], רז"ה[28] און כוזרי[29] שרייבן אז די מולדות געשעען לויט'ן זייגער פון ירושלים.
  • אין ספר יסוד עולם[30] ווערט געברענגט אז די מולדות געשען לויט'ן זייגער אין "טבור הארץ" – די צענטער פון דער באוואוינטער וועלט, ווי עס איז געווען באקאנט אין די מיטלאלטער. דאס איז 24° צו מזרח פון ירושלים, און א שעה און 642 חלקים גערוקט.
  • טייל ראשונים[31] זאגן אז די מולדות רעכענען זיך פון "קצה המזרח" – דער ווייטסטער עק פון דער באוואוינטער וועלט, 114° צו מזרח פון ירשולים, און 7 שעה און 642 חלקים גערוקט.
  • בשם רב סעדיה גאון[32], און נאך ראשונים[33] ווערט געברענגט אז דער חשבון איז לויט בבל, וואו די אמוראים האבן געוואוינט.

עס זענען דא וואס זענען תולה דער מחלוקת צווישן אהרן בן מאיר און רב סעדיה גאון אין א איבערבלייבעניש פון א מחלוקת צי די מולדות ווערן גערעכנט לויט בבל אדער לויט ירושלים[34].

פארשער פונעם אידישער לוח אין די לעצטערע יארן האבן אנגענומען אז די מולדות ווערן גערעכנט ערגעצוואו צווישן בבל און ארץ ישראל[35]. און היינטיגע פארשער נעמען אן אז עס ווערט גערעכנט צום זייגער פון ירושלים; דאס איז אויך דער פראמינענטסטע מיינונג צווישן די אחרונים[36]. דער "מולד הממוצע" לויט די אסטראנאמען, געשעט היינטיגע צייטן צוויי שעה נאך דער מולד פונעם לוח לויט ירושלים[37].

דער אנהייב פון די שעות

די שעות וואס ווערן דערמאנט לגבי דער מולד זענען שעות שוות וואס הייבן זיך אן אנהייב נאכט, און 'אנהייב נאכט' לגבי שעות שוות מיינט זעקס שעה נאך חצות. אבער עס זענען דא דריי מהלכים לגבי וועלכע "חצות" מען רעדט:

  • עס זענען דא וואס רעכענען זעקס שעה נאכ'ן דורכשניטליכן חצות פונעם יאר, וואס מיינט אז די שעות רעכנט מען פון 6:00 לויט'ן אמת'ן ארץ־ישראל'דיגער זייגער. די מולדות ווערן נישט גערעכנט אויף דער היינטיגער ארץ־ישראל'דיגער זייגער, וואס גייט לויט דער צייט זאנע באזירט אין קאירא, נאר אויפ'ן אמת'ן זייגער פון ארץ ישראל וואס איז מיט 21 מינוט פריער. אין סך הכל, לייגט מען צו צום צאל שעות 5:39 שעה, אנצוקומען צו דער צייט אויפ'ן היינטיגן ארץ־ישראל'דיגן זייגער[38].
  • עס זענען דא וואס רעכענען זעקס שעה נאכ'ן אמת'ן חצות יעדן טאג. דאס קומט אויס יעדן חודש אנדערש, און עס קען זיין ביז 16 מינוט גערוקט פונעם דורכשניטליכן חצות[39].
  • עס זענען דא וואס האלט אז מען דארף רעכענען לויט חצות פון דער טאג פונעם ערשטן מולד בשעת בריאת העולם. מען קען אבער נישט מכריע וועלכע מולד דאס איז (וי"ד אדער ד"ט תרמ"ב), און יעדנפאלס איז כמעט אוממעגליך צו וויסן ווען חצות איז דאן געווען[40]. געוויסע האלטן אז מען זאל קוקן אויף חצות פון ניסן און תשרי[41].

דאס אויסרופן דעם מולד

אין פיל קהילות, בעיקר אשכנז'ישע, איז איינגעפירט אז אין שול, בשעת "ברכת החודש" אום שבת מברכים, טוט מען אויסרופן ווען דער מולד וועט זיין. דער מנהג איז רעלאטיוו א נייער, און עס ווערט כמעט נישט געברענט אין פריערדיגע ספרים[42].

דער ארגענעלער מנהג איז לכאורה געווען צו וויסן ווען דער מולד וועט זיין בשעת ברכת החודש, און אזוי ברענגט רבי אפרים זלמן מרגליות אין שער אפרים[43] און דער בעל התניא אינעם סידור[44]. דער שער אפרים לייגט צו אז עס איז נישט מעכב, נאר דער עיקר איז צו וויסן קלאר ווען ראש חודש וועט זיין. אין די מנהגים פון פראנקפורט שטייט אז דער מנהג איז צו פרעגן דעם חזן ווען דער מולד וועט זיין, אזוי אז דער חזן קוקט נאך אינעם לוח, און אין איינוועגס זעט ער שוין אויך גענוי ווען ראש חודש וועט זיין[45]. עס ווערט געברענגט אז מען דארף נאכקוקן דעם מולד פונעם פריערדיגן חודש און אליין אויסרעכענען דער פונעם יעצטיגן, אלס "כי היא חכמתכם"[46]; און ענליך שטייט אויך אין דרך פיקודיך[47]. רבי אליהו מני ברענגט אז אינזינען האבן דעם מולד ביי "מי שעשה ניסים" איז א תיקון פאר'ן פגם הברית[48].

אין ליקוטי מהרי"ח שטייט אז לכאורה האט שוין רבי מענדל רימאנובער איינגעפירט אין זיין בית המדרש אויסצורופן דעם מולד, און דער מנהג האט זיך ווארשיינליך פארשפרייט פון דארט. דערקעגן ברענגט ער אז לויט ווי עס שטייט אין אוהב ישראל אין פרשת בא דארף מען נישט אויסצורופן דעם מולד[49]. אין בעלזא, וויזשניץ און אין טייל אשכנז'ישע קהילות איז נישט איינגעפירט אויסצורופן דעם מולד[50].

אין אסאך קהילות איז איינגעפירט איבערצוטייטשן דעם מולד צום היינטיגן זייגער, און אזוי איז עס שוין אין לוחות פון די ת"ר יארן[51]. אין ארץ ישראל זענען דא וואס פירן זיך אראפצורעכענען 21 מינוט פונעם חשבון עס נענטער צו ברענגען צום אמת'ן ארץ־ישראל'דיגן זייגער[38], און אין די קלויזנבורגער בתי מדרשים אין ניו יארק לייגט מען צו זיבן שעה עס צוצופאסן צום אמעריקאנער זייגער, אין איינקלאנג מיטן פסק פון רבי יוסף אליהו הענקין[52] לגבי סוף זמן קידוש לבנה[53].

מקור און פונטליכקייט

דער "מולד האמצעי" לויט חז"ל איז מיט א האלבע סעקונדע לענגער ווי וואס עס איז אנגענומען ביי מאדערנע אסטראנאמען. לויט חז"ל איז א חודש 29 טעג, 12:44 שעה, מיט איין חלק (3.333 סעקונדעס), און לויט די אסטראנאמען איז עס 29 טעג, 12:44 שעה, מיט 2.876 סעקונדעס. דער מולד איז למעשה נאך מער פינקטליך, ווען מען נעמט אין באטראכט צוויי פאקטארן וואס האבן זיך געטוישט זייט 2500 יאר צוריק:

  1. דער חודש איז לענגער געווארן מיט די יארן, און מיט 2500 יאר צוריק איז עס געווען 29 טעג, 12:44 שעה, מיט בלויז 2.408 סעקונדעס.
  2. דער מעת לעת איז לענגער געווארן מיט די יארן, און מיט 2500 יאר צוריק איז עס געווען מיט ארום 0.0408 סעקונדעס קורצער ווי עס איז היינט. אזוי, טוען די כ"ט י"ב תשצ"ג באטרעפן אין מעת־לעת'ן פון דער 21'סטע יארהונדערט בלויז 29 טעג, 12:44 שעה, מיט 2.13 סעקונדעס.

אלזא, איז דער מולד לויט חז"ל מיט בלויז א פערטל סעקונדע קורצער ווי לויט די מאדערנע אסטראנאמען[54].

מקור פון כ"ט י"ב תשצ"ג

א מערהייט ראשונים שרייבן אז די לענג פונעם חודש האבן די חכמים מקבל געווען הלכה למשה מסיני[55], אדער האבן זיי עס געוואוסט בנבואה. פון דער אנדערע זייט שרייבט דער רמב"ן איבער דעם חשבון פונעם אידישן לוח אין אלגעמיין, אז עס איז נישט מקובל הלכה למשה מסיני, נאר עס איז א תקנה פון הלל נשיאה[56]. אפילו לויט דער רמב"ם וואס שרייבט אז דער ארטימישער אידישער לוח איז יא הלכה למשה מסיני[57], שרייבט דער חזון איש אז די דעטאלן פונעם חשבון זענען נישט הלכה למשה מסיני, נאר בלויז דאס אז די חכמים האבן רשות אוועקצושטעלן אזא סארט לוח[58].

רבי יצחק מקורביל שרייבט אז די לענג פון דער חודש האבן די בני יששכר דערגאנגען דורך זייערע פארש ארבעט. ער ברענגט אויך א מדרש וואס שילדערט ווי אזוי דאס איז צוגעגאנגען: זיי האבן געזען די נייע לבנה, און דערנאך געציילט 29 ביז צום קומענדיגן חודש, און 30 ביז צום דריטן; זענען זיי געקומען צו אויספיר אז דער חודש איז 29.5 טעג לאנג. נאך ארום דריי יאר (36 חודשים) ווען די לבנה האט זיך פארזוימט אן איבריגן טאג, האבן זיי פארראכטן דעם נומער צו 29 טעג און צוויי דריטל פון א שעה (1/36 פון א טאג); און אזוי האבן זיי אויסגעבעסערט זייערע נומער ביז'ן צוקומען צו פינקטליכן כ"ט י"ב תשצ"ג[59].

ביי אנדערע פעלקער

רבי אברהם בן חייא הנשיא און רבי יצחק הישראלי פארגלייכן דאס וואס אנדערע פעלקער האבן געוואוסט אנבאלאנגט די לענג פון די חודש, כדי ארויסצוברענגן די פינקטליכקייט פון די חשבון פון חז"ל.

רבי אברהם דעטאלירט די פארשידענע מיינונגען פון די אלגעמיינע פארשער, ווי צוערשט האבן די פרסיים און כשדיים געהאלטן פון א חודש פון 29.5 טעג מיט א 36'סטל טאג (720 חלקים), דערנאך האבן זיי עס פארבעסערט צו 29.5 מיט א 33'סטל טאג (786 חלקים ווייניגער א משהו), און דערנאך צו 29.5 און 11 15'טלעך פון א שעה (792 חלקים), ביז היפארכוס און בטלמיוס האבן ענדגילטיג אויפגעוויזן אז דער ריכטיגער צייט־אפשניט איז גאר נאנט 29.5 און 793 חלקים – דאס וואס חז"ל האבן מקבל געווען מסיני[60].

רבי יצחק שילדערט די חשבונות פון בטלמיוס, וואו ער האט צעטיילט 127,007 טעג און איין שעה וואס זענען געווען צווישן צוויי ליקוי חמה'ס, אויף די 4267 חודשים וואס זענען געווען צווישן זיי, און ער איז אנקכעקומען צו א צייט־אפשניט פון בערך א 13'טל חלק ווייניגער פון כ"ט י"ב תשצ"ג. ער פירט אויס די חכמים האבן מקבל געווען די לענג פון די חודש בנבואה, און די אלגעמיינע פארשער קענען נישט מיט פילע חשבונות אנקומען צו אזא פונקטליכקייט[61].

דאס וואס די ראשונים געבן איבער אנבאלאנגט די מיינונג פון בטלמיוס שטאמט פון דער לאטיינישער איבערזעצונג פון בטלמיוס'נס אלמאגאסט, וואס איז אנדערש פונעם ארגענעלעם. אינעם ארגענעלן איז געברענגט געווארן די צייט־אפשניט אלץ 29:31:50:8:20 טעג (אין סעקסאגעסימאלן), וואס איז גענוי ווי חז"ל, אבער שטימט נישט מיט די חשבון דעטאלירט אינעם אלמאגאסט זעלבסט. ווידער אין די לאטיינישע איבערזעצונג איז עס פארראכטן געווארן צו 29:31:50:8:9:20, וואס שטימט יא מיטן חשבון אינעם אלמאגאסט[62].

למעשה, איז אנדעקט געווארן דורך ארכיאלאגן אז א בבל'ישע אסטראנאם מיטן נאמען קידינו האט שוין געהאלטן איז די לענג פון די חודש איז גענוי ווי חז"ל זאגן, און אויך דער סעקסאגעסימאלן אויסדרוק שטאמט פון אים[63]. ווי עס שיינט, האבן היפארכוס און בטלמיוס אנגעהאלטן זיין מיינונג טראצדעם וואס לויט זייערע חשבונות איז עס א משהו אנדערש. שטעלט זיך ארויס אז אין די צייט פון חז"ל אין דער לענג פונעם חודש געווען באקאנט פאר פיל פעלקער[62].

די מקור פון בהר"ד

לגבי דער מקור פון בהר"ד און די פארבינדעטע מולדות, שרייבט דער רלב"ח[64] אז די חכמים האבן דאס געוואוסט בנבואה און מקבל געווען הלכה למשה מסיני. ענדליך שרייבט דער יסוד עולם, אז דאס ווייסן די חכמים על פי נבואה אדער דורך זייערע פארש ארבעט[65]. מאדערנע פארשער פונעם אידישן לוח שפעקולירן אז מולד וי"ד איז געקיילעכט פון וי"ד און נאך 446 חלקים[34] (אדער וי"ג מיט נאך 626 חלקים[66]) וואס מען באקומט לויט די טאבעלעס אינעם אלמאגאסט.

ליינט מער

  • רבי אברהם יוסף גארדאן, מחדש חדשים, תשע"ז.

  • פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אוצר החכמה

    פאראמעטער [ כותרות, עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    יעקב לעווינגער, לוח דבר בעתו תשנ"ה, בני ברק, תשנ"ה, זייט קמט-קעו.

דרויסנדע לינקס

מקורות

נאטיצן

  1. קוקנדיג אויף זייער פאזיציע פון מזרח צו מערב. דער זון קען אבער זיין צו צפון אדער צו דרום פון דער לבנה בשעת'ן מולד

רעפערענצן

  1. ראב"ח, מאמר שני שער השישי; המפרש, פרק ו הלכה ה.
  2. ראב"ח, מאמר שני שער השישי.

  3. פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אוצר החכמה

    פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    רבי אליהו בן חיים הכים, שבילי רקיע, ווארשא, תרכ"ג, זייט 170.
  4. אבן עזרא אויף שמות יב, א; רבי שמעון בן צמח דוראן, שו"ת תשב"ץ, חלק א' סימן קג; המפרש, פרק ו הלכה ג
  5. רבי שמעון בן צמח דוראן, שו"ת תשב"ץ, חלק א' סימן קג-קד
  6. ראש השנה כ, א.
  7. 7.0 7.1 משנה תורה לרמב"ם, הלכות קידוש החודש, פרק ו', הלכה א'.
  8. תשובת רב האי גאון, געברענגט אין ראב"ח, מאמר שלישי שער שביעי; תשובות הרשב"א חלק ד סימן רנד; חידושי הריטב"א ראש השנה יח עמוד א
  9. משנה תורה לרמב"ם, הלכות קידוש החודש, פרק ז', הלכה א'.
  10. משנה תורה לרמב"ם, הלכות קידוש החודש, פרק ח', הלכה ז'.
  11. ראש השנה כה, א.
  12. סנהדרין לח, ב.
  13. 13.0 13.1 13.2 תוספות, ראש השנה ח, א, ד"ה לתקופות כר"א.
  14. 14.0 14.1 מפרש, פרק ו הלכה ח
  15. ראב"ח, מאמר שלישי שער שביעי
  16. בעל המאור עבודה זרה ב עמוד ב מדפי הרי"ף

  17. פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אוצר החכמה

    פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    רבי ישראל משקלאב, פאת השלחן, ירושלים, תשי"ט, סימן כט אות כא; השמטות לביאור הגר"א אויף שולחן ערוך, חושן משפט, סימן סז סעיף א
  18. תשובת רב האי גאון, געברענגט אין ראב"ח, מאמר שלישי שער שביעי
  19. ראב"ח, מאמר שני שער השישי;
    פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אוצר החכמה

    פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    רבי דוד אבודרהם, ספר אבודרהם, מהדורת קרן רא"ם: ירושלים, תשע"ז, פרק כט, שער המולדות; רבי לוי בן חביב, שו"ת מהרלב"ח, סימן קמג
  20. עשין מז
  21. רבי מרדכי יפה, לבוש סימן תכח
  22. תוספות, ראש השנה ח, א, ד"ה לתקופות
  23. יסוד עולם לרבינו יצחק הישראלי מאמר ד פרק יד; רבי אברהם ישעיה קרליץ, חזון איש, חלק אורח חיים, מועד, בני ברק, תשל"ד, סימן קלח אות א
  24. שניאור זלמן שעכטער, Saadyana, קאמברידזש, תרס"ג, זייט 102 (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע).
  25. בראשית פרק א פסוק טז
  26. חיים יחיאל בורנשטיין, "תאריכי ישראל", התקופה ט, תל אביב, תרפ"א, זייט 225.
  27. אבן עזרא, דף י עמוד ב
  28. ראש השנה דף ה עמוד ב מדפי הרי"ף
  29. רבי יהודה הלוי, ספר הכוזרי, מאמר ב' אות כ'
  30. רבי יצחק בן יוסף הישראלי, יסוד עולם ב, ברלין, תר"ח, מאמר רביעי פרק ז.
  31. ראב"ח, מאמר ב שער ב; רבי יצחק בן יוסף הישראלי, יסוד עולם ב, ברלין, תר"ח, מאמר רביעי פרק ז.
  32. זע: גארדאן, זייט עט
  33. זע: רבי עזריה מן האדומים, מצרף לכסף, ווילנא, תרכ"ו, פרק ה'.
  34. 34.0 34.1 חיים יחיאל בורנשטיין, מחלקת רב סעדיה גאון ובן מאיר, ווארשא, תרס"ד, זייט 21.
  35. זע:
    פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אוצר החכמה

    פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    מנחם מנדל כשר, קו התאריך הישראלי, ירושלים, תשל"ז, זייט 15.
  36. זע: גארדאן, זייט פא

  37. פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אוצר החכמה

    פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    זלמן מנחם קורן, "נספח לסי' רטו-רטז", שו"ת תשב"ץ, מכון ירושלים, תשס"ג; לענווינגער, זייט קנד
  38. 38.0 38.1 רבי משה שטערנבוך, מועדים וזמנים חלק א, ירושלים, תשכ"א, זייט מח
  39. זע: גארדאן, זייט כח
  40. זע: גארדאן, זייט לא
  41. רבי יונה מרצבך, עלה יונה, ירושלים, תשמ"ט, זייט לה
  42. לעווינגער, זייט קמט.
  43. רבי אפרים זלמן מרגליות, שער אפרים, שער י אות לז

  44. פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אוצר החכמה

    פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    סידור תורה אור, ברוקלין, תשס"ה, זייט 142.
  45. שלמה זלמן גייגער, דברי קְהִלֹּת, פראנקפורט דמיין, תרכ"ב, זייט 462.
  46. אן אור אלטן קונטרס "צאן הנחלות" געברענגט אין לעווינגער, זייט קס
  47. רבי צבי אלימלך שפירא, דרך פקודיך, מצוה ד חלק המעשה אות י
  48. מוסטער:רבי אליהו מני
  49. רבי ישראל חיים פרידמאן, ליקוטי מהרי"ח ב, ירושלים, תשע"ג, זייט רצט (באגרעניצט צו באַצאָלטע אַבאָנענטן).
  50. לעווינגער, זייט קסא
  51. ווי אין: רבי צבי הירש אלבינגער, תפארת צבי, ורשה, תר"כ און אינעם לוח המולדות אין
    פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אוצר החכמה

    פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    סדור תפילה ישרה נוסח ספרד, ראדוויל, תק"פ.

  52. פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אוצר החכמה

    פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    רבי יוסף אליהו הנקין, גבורות אליהו, ניו יארק, תשע"ג, זייט ריא.
  53. לעווינגער, זייט קנג
  54. אביגדור אמיתי, זמן המולד הממוצע ומקורותיו במשך הדורות
  55. תשובות הרשב"א, חלק ד סימן רנד; איין צד אין יסוד עולם מאמר שלישי פרק יב; רבינו בחיי שמות יב, ב.
  56. רמב"ן ספר המצוות מצוה קנג
  57. משנה תורה לרמב"ם, הלכות קידוש החודש, פרק ה', הלכה ב'.
  58. חזון איש, אורח חיים סימן קמ.
  59. הסמ"ק מצוריך, מצוה קג
  60. ראב"ח, מאמר שני השער השני
  61. יסוד עולם, מאמר השני פרק יב
  62. 62.0 62.1 אביגדור אמיתי, כיצד טעות בסיפרה אחת שינתה תפיסה שלימה
  63. Neugebauer, Otto E. (1956). Astronomical Cuneiform Texts. Vol. I. London. pp. 12, 13. ISBN 9781461255093.{{cite book}}: CS1 maint: location missing publisher (link)
  64. רבי לוי אבן חביב, שו"ת הרלב"ח, סימן קמג. ”שרבותינו ז"ל ידעו באמת הן מצד הנבואה הן מפי הקבלה, שרגע מולד חדש ניסן הא שהיה בעולם לדעת האומר כי בניסן נברא העולם חל בט' שעות תרמ"ב חלקים מליל ד' שמששת ימי בראשית”
  65. רבי יצחק בן יוסף הישראלי, יסוד עולם ב, ברלין, תר"ח, מאמר רביעי פרק ג
  66. צבי הירש יפה, קורות חשבון העיבור, ירושלים, תרצ"א, זייט קט (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע). דער חילוק צווישן יפה און בורנשטיין קומט וויבאלד בורנשטיין רעכנט לויט בבל, און יפה לויט ירושלים

קאַטעגאָריע:לוח קאַטעגאָריע:לבנה קאַטעגאָריע:די לבנה אין אידישקייט קאַטעגאָריע:ראש חודש קאַטעגאָריע:קידוש החודש