רוי:אנטווערפנער אידנטום

ווערסיע פון 19:13, 20 דעצעמבער 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "ריע:אויף ווייניג אדער קיין אנדערע וויקי|3]]" ב־"ריע:אויף ווייניג אדער קיין אנדערע וויקי|03]]")

יידן האבן געוואוינט אין אנטווערפן שוין הונדערטער יארן צוריק, אבער די היינטיגע קהילות זענען געגרינדעט בערך אין תר"ס. די שטאט האט דריי אפיציעלע קהילות: שומרי הדת (זייער רב היינט איז הרב דוד משה ליבערמאן), מחזיקי הדת (זייער רב איז הרב אהרן שיף) און די פארטוגעזישע קהילה "בני משה". הרב חיים קרייזווירטה איז געווען אב"ד פון מחזיקי הדת אומגעפער פופציג יאר, ביז זיין פטירה אין תשס"ג.

נאך דער חורבן אייראפע ווען כמעט די גאנצע יידישע געמיינדע פון אנטווערפן איז פארניכטעט געווארן, איז די שטאט געווארן א צענטער פאר ארטאדאקסישע אידן. בערך 15,000 נפשות פון חרדישע אידן וואוינען אין דער שטאט, רובם חסידים. די מחזיקי הדת קהילה האט א נעצווערק פון בתי מדרשים, שטיבלעך, כשרע קראמען, שולעס און אנדערע ארגאניזאציעס.

דאס פשעווארסקער חסידות איז אויך הויפטקווארטירט אין אנטווערפן.

מחזיקי הדת

די מחזיקי הדת קהילה אין אנטווערפן איז געגרינדעט געווערן בערך תר"ן און איז די צענטראלע חרדישע קהילה אין אנטווערפן. זי פארפיגט אויף פילצאליגע אידישע אינסטיטוציעס אין שטאט א שטייגער ווי בתי-מדרש, בית החיים, השגחות אויף כשרות און דאס גלייכן.

זי ווערט געפירט דורכן אב בית דין, היינט הרב אהרן שיף, און דורך די ראשי קהילה.

די שטאטישע היסטארישע שול פון קהל מחזיקי הדת געפונט זיך אויף דער אסטן גאס. אויך פארמאגט די מחזיקי הדת א בית העלמין וואס געפונט זיך א האלבע שעה וועג פון אנטווערפן אין דער שטאט פיטע אין האלאנד. דער בית העלמין האט זיך נישט געקענט געפונען אין בעלגיע צוליב אן ארטיגן געזעץ וואס ערלויבט צו אויפגראבן און פארברענען מתים נאך א געוויסער צייט.

די רבנים פון דער קהילה זענען געווען:

רבנים און דיינים

בתי מדרשים

די שולן, בתי מדרשים און שטיבלעך אין אנטווערפן זענען:

  • אלעקסאנדר
  • אהל יעקב
  • ארבע כנפות מנין ותיקין
  • באבאוו
  • בית הכנסת מחזיקי הדת אסטן גאס
  • בית הכנסת שומרי הדת וואן דע נעסטלי
  • בית הכנסת אייזעמאן
  • בית הכנסת פארטוגעזישע שול
  • בית יעקב בבנין קהילת מחזיקי הדת
  • בית יצחק פשעווארסק
  • בית מרדכי (גערופן לייזער מרדכי שינאווער שטיבל)
  • בעלזא אברכים - בית אהרן
  • בעלזא וואן ספאנגען סטראאט
  • בעלזא אוהל משה
  • גערער שטיבל
  • דעת שלום שאץ
  • מאכניווקא
  • היכל אהרן
  • וויזשניץ חסידים
  • וויזשניץ מאדערן
  • זכרון בנימין חוג אברכים דאגודת ישראל.
  • זשמיגראד
  • חב"ד
  • טשארטקאווער קלויז
  • כולל אור שרגא
  • מורי'ה אונטער קהילת שומרי הדת
  • סקווירא
  • סאטמאר (מהרי"י), אויף דער יאקאב יאקאב שטראססע
  • סאטמאר (מהר"א) אויף דער שארטאלאליי גאס
  • פרעמישלאן
  • קהל חסידים
  • קלויזענבורג
  • רב עמיאל

מוסדות התורה

  • יסודי התורה
  • בית יעקב לבנות,
  • ת"ת בעלזא,
  • ת"ת תורה ויראה סאטמאר,
  • ת"ת אנטווערפען,
  • ת"ת וויזניץ,
  • בית רחל ד'סאטמאר,
  • בנות ירושלים בעלזא,
  • ישיבת עץ חיים ווילרייק,
  • ישיבת וויזניץ,
  • ישיבת באבוב,
  • ישיבת בעלזא,
  • ישיבה קטנה סאטמאר,
  • ישיבת חב"ד,
  • כולל אור שרגא שטעטישער כולל,
  • כולל בעלזא,
  • כולל בעלזא-מאכניווקא היכל אהרן,
  • כולל באבאוו,
  • כולל סקווירא במסגרת מפעל הש"ס
  • כולל פשעווארסק בביהמ"ד אסטען
  • כולל ערב לייזער מרדכי

שומרי הדת

די רבנים פון דער שומרי הדת קהילה זענען:


דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!