רוי:רבי שמואל האלבערשטאם (בארדיוב)
אפשטאם
רבי שמואל איז געבוירן אין יאר ה'תרכ"ו (אומגעפער), צו זיין פאטער הרב משה האלבערשטאם, רב אין בארדיאוו, א זון פון הרב רבי ברוך האלבערשטאם, דער גארליצער רב, א זון פון הרב רבי חיים האלבערשטאם, דער דברי חיים. און צו זיין מוטער מרת רחל פייגא א טאכטער פון הרב רבי אהרן האלבערשטאם, דער קרייזער רב, א זון פון דברי חיים.
רבנות
אין יאר ה'תרס"ב האט רבי שמואל געדריקט דעם ספר פון זיין זיידען שו"ת דברי חיים, ער איז געווען דער גבאי פון קופת רבי מאיר בעל הנס אין בארדיאוו.
הסתלקות
רבי שמואל איז אומגעקומען אין דער צווייטער וועלט מלחמה, הי"ד.
פאמיליע
רבי שמואל האט געהייראט מרת פעסיל א טאכטער פון הרב מאיר ליפשיץ, פון יאנאוו. זייערע קינדער:
- הרב חיים דוב בעריש האלבערשטאם (ה'תרנ"א - ה'תשל"א), בארדיאווער רבי אין ברוקלין, ער האט געהייראט מרת שרה א טאכטער פון הרב יוסף שפירא א זון פון הרב צבי אלימלך שפירא פון בערטש.
- הרב יקותיאל יהודה האלבערשטאם (ה'תר"ס (אומגעפער) - שבת שובה ה'תש"ל), בארדיאווער רב אין ברוקלין, ער האט געהייראט מרת יוכבד א טאכטער פון הרב יחיאל נתן האלבערשטאם, רב אין בארדיאוו. זייערע קינדער:
- הרב ברוך האלבערשטאם הי"ד.
- מרת חנה עלקא הי"ד.
- הרב משה דוד האלבערשטאם הי"ד.
- מרת חיה שרה די ווייב פון הרב שלמה גרינוואלד פון פרעשבורג.
- מרת פריידא מרים די ווייב פון הרב יעקב וויינמאן פון טאראנטא.
- מרת פעסיל ברכה די ווייב פון רבי דוד לעדערבערגער פון פאריז.
- מרת יוכבד, די ווייב פון הרב דוד משה האלבערשטאם, בארדיאווער רב פון ברוקלין.
רעפערענצן
- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!