חזק חזק ונתחזק

אויסרוף ביים ענדיגן א ספר פון חמשה חומשי תורה


חֲזַק חֲזַק וְנִתְחַזֵּק (אדער וְנִתְחַזַּק) איז אן אויסרוף וואס די אשכנזים פירן זיך אויסצורופן ווען מען ענדיגט ליינען יעדע חומש פון די חמשה חומשי תורה. אן ענליכע מנהג איז אנגענומען אויך אין א טייל ספרדישע קהילות.

דער לעצטער זייטל אין חומש בראשית. באמערקט אז נאכן לעצטן פסוק שטייט די ווארט 'חזק'

אין א שבת וואס די פרשת השבוע איז די לעצטע סדרה פונעם חוּמש, (צום ביישפיל פרשת ויחי אין ספר בראשית), איז איינגעפירט אז פארן ליינען דעם לעצטן פסוק פון די פרשה שטעלט זיך דער קהל אויף, און נאך וואס דער בעל קורא ענדיגט ליינען דעם פסוק זאגט דער גאנצער קהל די ווערטער "חזק חזק ונתחזק!". דערנאך זאגט דער בעל קורא איבער "חזק חזק ונתחזק". דאס איז א וואונטש פארן עולה לתורה און פארן גאנצן ציבור אז זיי זאלן זיך שטארקן און פארזעצן צו לערנען. דער שבת אין וועלכע מען רופט אויס חזק, ווערט אנגערופן "שבת חזק"[1].

מקור פונעם מנהג

אין ספר יהושע שטייט געשריבן: לֹא יָמוּשׁ סֵפֶר הַתּוֹרָה הַזֶּה מִפִּיךָ... הֲלוֹא צִוִּיתִיךָ חֲזַק וֶאֱמָץ, וואס דערויף שרייבן די ספר המנהיג[2], און דער ארחות חיים[3] אז טייל קהילות פירן זיך "צו זאגן יעדעס מאל פאר דער וואס ענדיגט ליינען אין די תורה - חזק ואמץ"[4]. אזוי איז איינגעפירט ביז היינט ביי די איטאליענער אידן, און אזוי ווערט עס אראפגעברענגט אין בית יוסף[5] און רמ"א[6]. דער כנסת הגדולה שרייבט[7], אז דער מנהג ביי זיי איז צו זאגן פאר יעדער קורא נאכן ליינען 'חזק וברוך', און דער קורא ענטפערט 'חזקו ואמצו', און אזוי איז טאקע איינגעפירט ביי די ספרדים ספרדים[8]

דער ארחות חיים שרייבט אז די ספרדים האבן זיך געפירט צו זאגן חזק נאר ביים ענדיגן די גאנצע תורה, ווידער דער אבודרהם ברענגט אז דער מנהג אין ספרד איז געווען עס צו זאגן ביים ענדיגן יעדן ספר[9]. שפעטער איז געווארן געפירט צו זאגן "חזק חזק חזק", און דאן האט זיך אוועקגעשטעלט דער נוסח "חזק חזק ונתחזק", לויטן פסוק ”חֲזַק וְנִתְחַזַּק בְּעַד עַמֵּנוּ וּבְעַד עָרֵי אֱלֹהֵינוּ”[10][11]. לויט מנהג פראנקפורט, זאגט מען "חֲזַק וְנִתְחַזַּק"[12].

טעם פונעם מנהג

אויסער די טעם פון זאגן חזק פאר יעדער עולה לתורה וואס כאפט אן דעם ספר, ווי מען זעט ביי יהושע אז גאט האט אים געוואונטשן ביים האלטן דעם ספר[4], איז פארהאן נאך עטליכע טעמים אין די ספרים:

דער פרי חדש ברענגט א טעם, וויבאלד די תורה איז "מתשת כחו של אדם[13] און די תורה איז פון די "ארבעה צריכין חיזוק"[14], דערפאר וואונטשט מען "חזק" [15]. און דער באר משה [16] לייגט צו נאך א טעם לויטן גמרא אין יומא עב, ב "וזאת התורה אשר שם משה, זכה נעשית לו סם חיים, לא זכה נעשית לו סם מיתה", אז דערפאר בענטשט מען 'חזק חזק' אז ער זאל זוכה זיין צום אור התורה און עס זאל זיין פאר אים א סם החיים. אין שו"ת מהר"ם מינץ[17] שרייבט ער אז פונקט ווי מען זאגט "הדרן עלך" ביי א סיום מסכתא, זאגט מען "חזק", אז מען זאל נישט פארגעסן דאס לערנען; אדער איז עס ווי א יישר כח פאר'ן מסיים, ווי מען זאגט יישר כח פאר'ן חזן. אין פארשידענע קהילות פון יוצאי ספרד און פארטוגאל פירט מען זיך צו זאגן, דער קהל זאגט "חזק ונתחזק חזקו ויאמץ לבבכם כל המיחלים לה'"[18].

דער לבוש שרייבט וועגן ענדיגן די תורה אום שמחת תורה[19]: "און דעמאלט ליינט דער חתן תורה דעם פסוק ביז לעיני, און קהל ענדיגט צו לעיני כל ישראל צוזאמען מיטן חתן, און זיי ענטפערן מיט א הויך קול, חזק". דער אליה רבה שרייבט דערויףאורח חיים, סי' תרס"ט סקי"ח: "און דער חזן זאגט עס איבער און דער קהל ענטפערט, א רמז צו משה רבינו, וואס דריי מאל חזק איז בגימטריא משה". אזוי שרייבן אויך דער ערוך השולחן און מאור ושמש[11], אז מען זאגט דריי מאל חזק.

דער עולה אליינס דארף נישט זאגן "חזק", ווייל דאס איז געווענדעט צו אים, און א טייל פוסקים אסרן אים עס צו זאגן, וויבאלד דאס איז א הפסק צווישן דעם ליינען אין די ברכת התורה[20]. און אזוי האט געשריבן דער קצות השולחן, און אין זיין ספר 'בדי השולחן' לייגט ער צו אז עס האט נישט קיין פשט אז ער זאל זאגן פאר זיך חזק. אזוי האבן אויך געשריבן באר משה[16] און משנה הלכות
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס

פארלאנגטע פאראמעטער [ 2 ] פעלן
"חלק ז, סימן כ"ב". דער ליובאוויטשער רבי האט אפגעווארפן די צוויי טענות, אז עס איז נישט קיין הפסק וויבאלד דאס באלאנגט צום ענדיגן ליינען און דאס איז א טייל דערפון, און ער ערקלערט אז די ענין פון די ברכה איז גלייך צו די ענין פון 'חזק חזק ונתחזק', און צו די טענה אז דאס איז א ווינטש פונעם קהל צום עולה, ענטפערט ער אז "לויט אונזער נוסח זאגט מען 'ונתחזק'", דאס מיינט אז די ברכה איז אויך געווענדעט צום קהל, בלשון רבים[21].

ניקוד

דער פארשפרייטער מנהג איז צו זאגן "ונתחזֵּק", מיט א צירי[22], און אזוי שטייט אויך אין מנהגי חב"ד[23]. מיט דעם, האבן אפאר מדקדקים[24] אויפגעמערקט אז מען דארף זאגן מיט א פתח, "וְנִתְחַזַּק", ווי די נקודות פון "חֲזַק וְנִתְחַזַּק" אין ספר שמואל ב (י יב), וואס ווארשיינליך האבן זיי באאיינפלוסט דעם מנהג[25].

זעט אויך

צו ליינען מער

  • יוסף ויכלדר, "חזק חזק ונתחזק", "המבשר תורני", כ"ז בתמוז תשע"א

דרויסנדע לינקס

רעפערענצן

  1. יום־טוב לוינסקי, "השבתות המיוחסות במנהגי ישראל - שבת חזק", קובץ רשומות - א, עמ' 113 (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע).
  2. אברהם בן נתן הירחי, "הלכות שבת, סי' נז", ספר המנהיג.
  3. הלכות שני וחמישי אות יט.
  4. 4.0 4.1 די ראשונים האבן געהאט א גירסא אין בראשית רבה, פרשה ו', פסקה ט', אז הקב"ה האט געטראפן יהושע מיט א ספר תורה אין האנט, און דערפאר אים געוואונטשן חזק ואמץ. ביי אונז איז די גירסא מְצָאוֹ יוֹשֵׁב וְסֵפֶר "מִשְׁנֵה תּוֹרָה" בְּיָדוֹ.
  5. אורח חיים, סימן קל"ט.
  6. אורח חיים, סימן קל"ט, סעיף י"א.
  7. כנסת הגדולה - אורח חיים; ווערט אראפגעברענגט אין כף החיים, אורח חיים, סימן קל"ט, סעיף קטן נ"ו אלס ירושלים'ער מנהג, און ברענגט פון יפה ללב אז דער מנהג איז אויך צו זאגן אזוי פאר יעדע שליח ציבור.
  8. ילקוט יוסף סימן קמא – דיני קורא ומקרא סעיף ה'.
  9. סדר תפילות השבת, קריאת התורה, ד'.
  10. שמואל ב' י, יב.
  11. 11.0 11.1 זעט: רבי יחיאל מיכל הלוי עפשטיין, ערוך השולחן, אורח חיים, סימן קל"ט, סעיף ט"ו, וואו ער ברענגט ביידע מנהגים, און מאור ושמש פרשת ויחי וואו ער ברענגט דער גירסא פון דריי מאל חזק.
  12. רבי שלמה זלמן גיגר, דברי קהלת, פרשת מסעי, עמ' 89; מדריך למנהג אשכנז המובהק, עמ' 27.
  13. סנהדרין כו, ב.
  14. ברכות לב, ב.
  15. "אורח חיים, סי' קל"ט סי"א", פרי חדש.
  16. 16.0 16.1 "סי' כח", באר משה - חלק ג.
  17. משה בן יצחק הלוי מינץ, "סי' פ"ה", שו"ת מהר"ם מינץ.
  18. הרב שם טוב גגין ברענגט די לשון אלס מנהג פון די ספרדים אין אמסטרדם. ער ברענגט אויך אז אין לאנדאן איז דא אן ענליכע מנהג, אבער אן די ווערטער "חזק ונתחזק" (כתר שם טוב, חלק א', קיידאן ה'תרצ"ד עמודים רפ"ח-רפ"ט). די לשון (אריינגערעכנט "חזק ונתחזק") ברענגט אויך הרב דוד די סולה פול, תפלות למועדים כפי מנהג הספרדים באמריקא, ניו יורק 1997 עמוד 272.
  19. "סימן תרס"ט", לבוש החור.
  20. "חלק ז' סימן ר"ב", שבט הלוי - חלק ז. לוח ארץ ישראל.
  21. אגרות קודש - ד (תשי"א), עמ' יד, פארברייטערט אין "הלכות ומנהגי חב"ד" לוח השבוע, שבת-קודש פרשת מסעי אויף chabad.org.il
  22. יהודה טשזנר, "סימן ח' - חזק", שיח תפילה, אופקים, תשס"ז, עמ' רעז
  23. זעט צום ביישפיל התקשרות תלט, ויחי תשס"ג, עמ' 19
  24. צווישן זיי מילון אבן שושן
  25. יעקב שמואל שפיגל, "אמירת חזק ויישר כח", בר-אילן כ"ו-כ"ז, תשנ"ה, עמ' 357, הערה 68. דאס איז די איינציגסטע מאל וואס עס שטייט אין תנ"ך די ווארט "ונתחזק". די ווערטער "ויתחזק" און "התחזק" זענען עפ"י רוב מנוקד מיט א פתח און א קליינע טייל מיט א צירי.

קאטעגאריע:קריאת התורה קאטעגאריע:ברכות און וואונטשן

טיילן פון דער ארטיקל זענען מעגליך איבערגעזעצט פון העברעאישער וויקיפעדיע
cc-by-sa 3.0 ערלויבענישאריגינעלער בלאטביישטייערער