המלאך הגואל

די וואונטש פון יעקב אבינו צו מנשה און אפרים


המלאך הגואל איז א פסוק וואס שטייט אין צענטער פון די ברכות וואס יעקב אבינו האט אנגעוואונטשן פאר מנשה און אפרים. גאר אסאך סגולות זענען אנגעהאנגען אין די פסוק ווי די פסוק ווערט געזאגט ביי קריאת שמע שעל המיטה אדער מיט קינדער אין געוויסע אומשטענדן און נאך.

די ווערטער פונעם פסוק

"הַמַּלְאָךְ הַגֹּאֵל אֹתִי מִכָּל רָע יְבָרֵךְ אֶת הַנְּעָרִים וְיִקָּרֵא בָהֶם שְׁמִי וְשֵׁם אֲבֹתַי אַבְרָהָם וְיִצְחָק וְיִדְגּוּ לָרֹב בְּקֶרֶב הָאָרֶץ".

בראשית מח, טז

די ווערטער

די פסוק איז:

הַמַּלְאָךְ הַגֹּאֵל אֹתִי מִכָּל רָע יְבָרֵךְ אֶת הַנְּעָרִים וְיִקָּרֵא בָהֶם שְׁמִי וְשֵׁם אֲבֹתַי אַבְרָהָם וְיִצְחָק וְיִדְגּוּ לָרֹב בְּקֶרֶב הָאָרֶץ.

די טייטש דערפון לויט ווי רש"י[1] שרייבט איז, די מלאך וואס באגלייט מיר שטענדיג, אויך אין יעדן קלעם געפאר און שווערע צייט, זאהל אויך באגלייטן די קינדער. און אויך זאהלן זיי זיך מערן ווי די פיש וואס מעהרן זין אהן וואס א שלעכטע אויג הערשט אויף זיי.

קריאת התורה

שבת פרשת ויחי, זענען פארהאן מנהגים איבער דעם ליינען פון די פסוק. אין געוויסע מקורות ווערט די עליה צום תורה ביים ליינען שבת וואס מליינט די פסוק אריינגערעכנט אין די פרשיות הנדרים[2], צוליב וואס אסאך אידן זענען נודר אסאך געלט פאר צדקה אויף צו האבן צו זכות און קויפן די עליה[3][4].

אין ספר מנהגי ווארמייזע[מקור פארלאנגט: ווי פונקטליך?] ווערט געברענגט אז די מנהג איז אז מ'גיבט דעם עליה פאר די מערערער חשוב'ער לוי וואס פארהאן אין בית המדרש.
אזוי אויך ליינט דער בעל קורא די פסוק, מיט אן העכערן שטימע שטאפל.

אום שמחת תורה בבינאכט זענען פארהאן וואס פיהרן זיך צו ליינען צווישן אנדערע אויך די פרשה פון די פסוק[2][4]. אזוי אויך, ביי די עליה פון כל הנערים פיהרט מען זיך פארצוזאגן פאר די קינדער[א] די פסוק[6].

סגולות

אסאך סגולות זענען אנגעהאנגען אין זאגן די פסוק, פאלגנד טייל פון זיי.

  • פארטרייבן שלעכטע אויג - אין די פסוק ווערן די קינדער געוואונטשן און איבער הויפט צוזיין צוגעגליכן צו די פיש וואס הערשט נישט אין זיי קיין שלעכט אויג, און צוליב דעם איז אנגענומען אז צו שושקען די פסוק פאר א קינד איז אנטקעגן א שלעכט אויג. זענען דע וואס זאגן אז דאס איז אויך די סיבה פארוואס נאך די עליה פון כל הנערים זאגט מען די פסוק, אנטקעגן שלעכטע אויגן אויף אלע פארזאמלטע קינדער[7]. אזוי אויך פיהרט מען זיך פאר די טעם צו זאגן די פסוק ביי א ברית פון צווילינג צווישן די ברית פון דער ערשטער מיטן צוייטער[מקור פארלאנגט].
  • היטן ביים וואכנאכט - אין וואכנאכט פיהרט מען זיך צוזאם נעמען יונגוואר נאנט צום בעיבי, און נאכן ליינען נעבן אים די ערשטע פרשה פון קריאת שמע זאגט מען אויך די פסוק, אז סזאהל זיין א שמירה אויפן קינד דורכאויס די נאכט אין כח פון געבעט פון תינוקות של בית רבן.
  • ויתן לך - אין סדר פון ויתן לך וואס ווערט געזאגט יעדן מוצאי שבת, ווי מזאמלט זיך אהן מיט אלע גוטע געוואונטשן בעפאר די קומענדיגע וואך, זאגט מען אויך די פסוק[8].
  • היטן איבער נאכט - אסאך זאגן די פסוק צווישן אנדערע אינעם סדר פון קריאת שמע שעל המיטה, ווי סשטאמט פון די ראשונים[9]. אנדערע[10] צייכענען צו אז סאיז אזוי לויט די זוהר[11] מיינט מען מיט דעם צו פארטרייבן פון אלע מזיקי וואס קומען ארום דער מענטש. אין שבט מוסר[12] שרייבט ער אז מדארף צו זעהן צו זאגן די פסוק יעדן נאכט מיט די יונגוואר.

ביאורים

  1. די לשון אין רמ"א איז אז מליינט דאס פאר די קינדער, אבער דער לבוש[5] שרייבט שוין אז סמיינט אז מזאגט זיי פאר.

רעפערענצן

קאַטעגאָריע:פרשת ויחי קאַטעגאָריע:יעקב אבינו