המכלול:נייעס
טיילווייזע ליסטע פון מערקווירדיגע נייעסלעך אויפן זייטל, פון דורכאויס חודש כסלו ה'תשפ"ד.
- פרשיות השבוע ארטיקלען פון א גאנצע ספר (בראשית) געענדיגט צום ערשטן מאל
- די ארטיקלען אין פרשה מוסטערן זענען געווארן סובסטאנציעל פארברייטערט, מיט פאסיגע ארטיקלען בשייכות צו די פרשה, הפטורה, אדער יום טוב
- פארבעסערט און צוגעפאסט דעם מאדולן סיסטעם וואס רעכנט דאטומען. צווישן אנדערע:
- דער עלטער פון א פערזאן ווערט שוין אויטאמאטיש אויסגערעכנט, אויך אויב האט ער געלעבט אין די יארן בעפאר קביעות הלוח (אין בילד)
- צייט אפשניט, פון א פראיעקט אדער געשעעניש, ווערט שוין אויטאמאטיש אויסגערעכנט אויך ווען אידישע דאטומען ווערן גענוצט
- היבש פארבעסערט דעם סיסטעם וואס פארבינדט בלעטער מיט קאארדינאטן. צווישן אנדערע:
- דער ספעציעלער בלאט וועט יעצט געוויס ארויפברענגען בלעטער וועלכע באהאנדלען פלעצער אין אייער סביבה, אנדערש ווי ביז אהער ווען דער דאטאבאזע האט כמעט גארנישט פארמאגט (אין בילד)
- די קאארדינאטן ווערן געצייגט אין ארטיקל אויף א צוגעפאסטע און בעסערע וועג, אריינרעכענענדיג צושטעלן א לינק צו אנדערע בלעטער אויף המכלול וועלכע באהאנדלען פלעצער דערנעבן, און קאנצענטרירן דעם לינק צום דרויסנדיגן toolforge בלאט אריין אין א באשיידענע סימבאל (אין בילד)
- קאארדינאטן זענען אויטאמאטיש צוגעלייגט געווארן צו טויזנטער בלעטער וואו זיי קומען
- די אספקלריה הרחבה איז אראפגענומען געווארן. עס האט געקענט ארויסהעלפן ביים רייניגונג פאזע, (און ווערט נאך ווייטער גענוצט אויף המכלול העברי), אבער יעצט איז עס שוין ב"ה איבריג ביי אונז. דאס וועט עטוואס פארשנעלערן דאס זען אדער רעדאגירן א בלאט.
- אויסגעשטעלט דעם המכלול:שפראך געשפרעכן בלאט, און דערביי אויך דעם {{עקספערטן}} סיסטעם, וואס וועט בהמשך קומען אין באניץ לגבי פארשידענע קענטעניסן מיט וועלכע די חברים קענען ארויסהעלפן, בעז"ה
- אויסגעשטעלט א פראיעקט, וואס וועט בעז"ה געלאזט ווערן אין גאנג אין די נאנטע טעג, צו פארבעסערן דעם צושטאנד פון דער רוי געביט
- אלס הקדמה דערצו, זענען סעמי-אויטאמאטיש פארראכטן געווארן טויזנטער רויטלינקס, ועוד היד נטויה בעז"ה
- אויסגעשטעלט א סיסטעם אפצוטיילן די דרעפטס וועלכע זענען גרייט אריבערצופירן פון די וואס נישט, און קלאר אנצוצייגן פארן שרייבער ווען מען ווארט נאך אויף זיין ארבעט
- א נייע טשאטשקע איז צוגעלייגט געווארן, וואס צייגט די צייטן (אין אונטערשריפטן וכדומה) לויט די לאקאלע צייט פון דעם באניצער, ווי אויך א סקריפט צו צייגן דעם זייגער (אין לעצטע ענדערונגען וכדומה) מיט AM און PM, צו פארמינערן די צעמישעניש אין אונזער אלוועלטליכן פראיעקט...