רוי:רבי אהרן הורוויץ

ווערסיע פון 19:33, 14 דעצעמבער 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "[[מאיר הורוויץ" ב־"[[רבי מאיר הורוויץ")

רבי אהרן הורוויץ זצ"ל (ה'תר"י - י"ב אדר א' ה'תרפ"ז), באקאנט אלס דער בייטשער רב.

אפשטאם

רבי אהרן, איז געבוירן געווארן אין יאר ה'תר"י, צו זיין פאטער הרב רבי מאיר הורוויץ רב אין דזשיקאוו, דער אמרי נועם, א זון פון הרב רבי אליעזר הורוויץ רב אין דזשיקאוו, באקאנט אלס רבי אליעזר'ל דזשיקאווער, א זון הרב רבי נפתלי צבי הורוויץ דער ראפשיצער רב. און צו זיין מוטער מרת דבורה א טאכטער פון הנגיד הרב קלמן פיעצליס פון קראקא.

רבנות

אין יאר ה'תרמ"ו האט מען אויפגענומען רבי אהרן אלס רב אין בייטש.

הסתלקות

רבי אהרן איז נפטר געווארן י"ב אדר א' ה'תרפ"ז, און ליגט אין קאשוי.

פאמיליע

רבי אהרן האט געהייראט מרת טילא א טאכטער פון הרב רבי חיים האלבערשטאם, דער צאנזער רב. זייערע קינדער:

  • מרת תרצה, די ווייב פון הרב חיים סג"ל ליבערמאן רב אין דאברי.
  • מרת רעכיל.
  • מרת בילא, די ווייב פון הרב יקותיאל יהודה גראס רב פון בערבעשט.
  • מרת דבורה, די ווייב פון הרב ישכר בעריש היילפרין, בייטשער רבי אין בראנקס, ניו יארק.

זעט אויך

רעפערענצן

  • י"ג אורות - סיפורים דערציילט דורך רבי יענקלי לייזער דער פשעווארסקער רבי - ארויס געגעבן דורך זיין אייניקל הרב יוסף נפתלי וואגשאהל, ה'תשנ"ד
  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!