רוי:רמות

ווערסיע פון 09:06, 8 דעצעמבער 2023 דורך בוט צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (קאארדינאט)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
רמות
Ramot 086.jpg
אינפארמאציע
שטאט ירושלים
שטח Flag of Israel.svg מדינת ישראל
נאך באצירקן אין ירושלים

רמות אלון איז א געגנט אין ירושלים וואס איז געגרינדעט געווארן אין 1974 ווי איינע פון די פינף געגנטן אויסצושפרייטן ירושלים אויף א גרויסן פארנעם, און מיט דער צייט האט זיך עס שטארק אנטוויקלט און היינט האט עס איינוואוינער ווי א מיטל-שטאט אין ישראל מיט 40,000 איינוואוינערס.

ס'צוטיילט זיך אין 6:

  • רמות א'
  • רמות ב'
  • רמות ג'
  • רמות ד'
  • רמות 06 (שכונת רמות ה' איז אינמיטן א האנדל צענטער)
  • רמות פולין, רמות אונגוואר, תפארת רמות, און נוף רמות זענען אלץ איין געגנט מיט פרומע איינוואוינער.

דער נאמען רמות שטאמט פון דעם פסוק (ספר שמואל א' כ"ה) "וימת שמואל ויקבצו כל ישראל ויספדו לו ויקברוהו בביתו רמה" וואס לויט דער טראדיציע איז דאס דער העכסטער בארג אין ירושלים. דרום זייט פון רמות איז פלאצירט דער קבר שמואל הנביא.

חינוך מוסדות

אין רמות פולין געפינען זיך די גערער ישיבה תפארת משה בצלאל און די ליטווישע ישיבה נתיב הדעת.

אין אנהייב פון יאר ה'תש"פ האט זיך די בנות אלישבע סעמינאר, אונטער הרב יעקב משה הלל, אריבערגעצויגן אין א נייער געביידע אין צפון פון רמות ד'.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!