רוי:דאכוי

ווערסיע פון 07:57, 8 דעצעמבער 2023 דורך בוט צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (קאארדינאט)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

דאכוי (דייטש: Dachau) איז א שטאט אין בייערן, אין דרום דייטשלאנד, 20 ק"מ צפון-מערב פון מינכן. זי איז א קרייזשטאט פונעם אויבערבייערישן ראיאן. זי האט בערך 40,000 איינוואוינערס. די שטאט האט אן היסטארישן צענטער מיט א שלאס פונעם 18טן יארהונדערט.

דאכוי איז געווארן געגרינדעט אינעם 8טן יארהונדערט. אסאך קינסטלערס האבן געוואוינט דארטן אין סוף 19טן און אנהייב 20טן יארהונדערט.

היסטאריע

צווייטע וועלט מלחמה

אין 1933, האבן די נאציס אויפגעשטעלט דעם דאכוי קאצעט. ער איז געווארן דער פראטאטיפ פאר אלע אנדערע קאצעטן. ווערנט זיין אפעראציע, זענען געשטארבן אדער געהרגעט געווערן דארטן 190,591 ארעסטאנטן, א דריטל פון זיי אידן.

פון אנהייב איז עס געווען, פאר פאליטישע ארעסטאנטן, טעאדאר אייקע, איז געווען קאמאנדיר פון די לאגער, פון אנהייב זענען דארט געווען, ציגיינער, און רעליגיעזע פירער פון דייטשלאנד, וואס האבן זיך קעגן געשטעלט צו די נאצי רעזשים, און ווי פארשטענדליך אידן.

נאך קריסטאלנאכט, איז די לאגער בעיקר באשטאנען בלויז פון אידן, אין 1942 זענען די אידן פארשיקט געווארן אויף פוילן, ווי זיי זענען פארגאזט געווארן, אין די פארניכטיגונגס לאגערן.

אין 1944 זענען געברענגט געווארן אפאר טויזנט אידן פון אונגארן, פאר צוואנגס ארבעט, אין די פאבריקן פאר אמוניציע, וואס איז געווען אין דאכוי, די מענטשן וואס זענען דארט געווען, האבן געארבעט צוואנגסארבעט פארן עס עס, אדער אין דערנעבנדיקע פריוואטע דייטשע פאבריקן.

פון די 206,000 מענטשן וואס זענען אריבער דאכוי, זענען אמווייניגסטענס 32,000 אומגעקומען, עס איז זיכער אז נאך טויזנטער זענען געשטארבן אין טויטמארטשן, אין טיפוס עפידעמיעס, אבער זענען נישט פארשריבן געווארן.

אפריל 1945, איז די אמעריקאנער ארמיי אריין אין דאכוי, און געטראפן דארט 60,000 געפאנגענע קראנקע, שוואכע, וואס האבן קוים געקענט שטיין אויף די פיס, א דריטל פון זיי אידן, פון די 40 עס עס וועכטער, זענען 36 פאראורטיילט געווארן, דורכן מיליטערישן געריכט, צום טויט,

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!