מתתיהו הכהן

פאטער פון די חשמונאים דינאסטיע, אנהייבער פון רעוואלט קעגן יוונים
ווערסיע פון 19:57, 7 דעצעמבער 2023 דורך שווערמער (שמועס | ביישטייערונגען) (←‏אפשטאם און אמט: דאס פארענטפערט דאך נישט די קשיא, עס טוישט עס סך הכל)

מתתיהו (אדער מתתיה[2]) בן יוחנן כהן גדול חשמונאי איז געווען א כהן אין די צייטן פונעם צווייטן בית המקדש, ער האט אנגעהויבן דעם אויפשטאנד קעגן די סעלייקישע אימפעריע (די "יוונים" אין חז"ל), און איז דער פאטער פון די חשמונאי'שע דינאסטיע.

מתתיהו הכהן
מקום קבורה מודיעין
פטירה ט"ו חשון, ג'תקצ"ה[1]
טאטע יוחנן כהן גדול
קינדער די חשמונאים, חנה בת מתתיהו

אפשטאם און אמט

  חשמונאים

מתתיהו איז געווען דער זון פון יוחנן דער זון פון שמעון, פון משמרת יהויריב[3]. ער האט געהאט פינף זין, יוחנן הגדי, שמעון התרסי, יהודה המכבי, אלעזר החורני, און יונתן הוופסי. ער האט געוואוינט אין ירושלים, און אנטלאפן קיין מודיעין ביי די גזירות פון אנטיוכוס[4].

מתתיהו'ס משפחה ווערט אנגערופן "חשמונאי", און עס זענען דא עטליכע ערקלערונגען פון וואו דער טיטל שטאמט: א. יוסף בן מתתיהו שרייבט אז חשמונאי איז געווען דער פאטער פון שמעון, מתתיהו'ס זיידע[5]; ב. אסאך ראשונים טייטשן אז חשמונאי איז געווען א צווייטער נאמען פון יוחנן, דער פאטער פון מתתיהו[6]; ג. טייל נעמען אן אז מתתיהו האט געשטאמט פונעם שטאט חַשְׁמוֹן אין נגב[7], און ער ווערט גערופן חַשְׁמוֹנַאי נאך דעם שטאט[8]; ד. דער בית יוסף ברענגט אז חשמונים איז א לשון פון חשיבות, ווי מען טרעפט אין פסוק ”יֶאֱתָיוּ חַשְׁמַנִּים” (תהלים סח, לב)[9]; ה. די גמרא[10] ברענגט א ברייתא וואו עס שטייט "וחשמונאי ובניו ומתתיה כה"ג", און עס איז אויך פארהאן אזא גירסא אין על הנסים, צו זאגן "וחשמונאי"[11], ווי אויך אין א מדרש מעשה חנוכה[12], פון וואס עס איז משמע אז חשמונאי איז דער נאמען פון נאך א מענטש וואס האט געקעמפט מיט די קינדער פון מתתיהו[13]. לויט געוויסע מקורות איז דער חשמונאי געווען א שוואגער פון יוחנן כהן גדול[14].

אין דער לשון פון על הנסים ("מתתיהו בן יוחנן כהן גדול"), ווי אויך אין לשונות פון גמרות, מדרשים און ראשונים, איז משמע אז מתתיהו[15] אדער זיין פאטער יוחנן[16] איז געווען א כהן גדול. דאס שטימט נישט מיט די ספרים מקבים און יוסיפון, וועלכע דערמאנען אנדערע כהנים גדולים אין דער תקופה[17]. עס זענען דא וואס זאגן אז ער ווערט אנגערופן כהן גדול אלס חשיבות, אבער ער האט נישט פאקטיש געדינט אלס כהן גדול אין בית המקדש[18]. און צוגאב ווערט אנגעוויזן אויף דאס וואס מתתיהו האט פארלאזט ירושלים, וועלכע איז אין קעגנזאץ צו די הלכה וואס פארלאנגט אז דער כהן גדול זאל וואוינען אין ירושלים[19].

לויט געוויסע מקורות איז מתתיהו געווען א חבר פון יוסי בן יועזר איש צרדה און יוסי בן יוחנן איש ירושלים, און ער האט מקבל געווען די גאנצע תורה פון אנטיגנוס איש סוכו[20].

אויפשטאנד קעגן אנטיוכוס

 
"מי לה' אלי", א קריצונג פון גוסטאוו דורעי.


פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:מערערע בילדער

פאראמעטער [ בילד1, ריכטונג, פיסל, align, ברייט2, ברייט1, בילד2 ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
אין יאר ג'תקצ"ד[1], ווען אנטיוכוס האט ארויסגעגעבן זיינע גזירות, זענען מתתיהו און זיינע קינדער אנטלאפן קיין מודיעין. ווען די לייט פון אנטיוכוס זענען אנגעקומען קיין מודיעין, האבן זיי פארגעשלאגן מתתיהו'ן צו שטעלן א ביישפיל פאר די דארטיגע אידן און שחט'ן א קרבן פאר אן אפגאט. מתתיהו האט זיך שארף קעגן געשטעלט, און ווען א צווייטער האט זיך אנגעטראגן דאס צו טון האט מתתיהו יענעם גע'הרג'ט אינאיינעם מיט דער שליח פון אנטיוכוס[22]. מתתיהו האט דאן אויך פארעפנטליכט א פסק מלחמה צו האלטן אין שבת, נאך וואס ערליכע אידן זענען אטאקירט געווארן דורך דער קעניג'ס מיליטער אום שבת, און נישט וועלנדיג מחלל שבת זיין זענען זיי גע'הרג'ט געווארן מיט זייערע פאמיליעס[23].

מתתיהו האט אויסגערופן "מי לה' אלי" – 'דער וואס איז פאר דעם אייבערשטן זאל קומען מיט מיר'[24], איז אנטלאפן מיט זיינע קינדער צו די בערג, און אנגעהויבן דעם רעוואלט קעגן אנטיוכוס. אין דער זעלבע צייט האט ער פארטריבן די מתיוונים, צעבראכן די במות פון די עבודה זרה'ס, און גע'מל'ט די קינדער וואס זענען נישט געווען גע'מל'ט צוליב די גזירות[25].

אין ספר מקבים ווערט דערציילט, אז אין יאר ג'תקצ"ה[1] איז מתתיהו נפטר געווארן. איידער זיין פטירה האט ער באפוילן זיינע קינדער ווייטער צו קעמפן פאר די תורה, און דערמאנט די מסירות נפש און קנאות פון די אידן אין די פריערדיגע דורות, און דער שכר וואס זיי האבן באקומען דערפאר. ער האט געשטעלט זיין זון שמעון אלס ראטגעבער, און יהודה אלס קריג פירער אנשטאט אים. ער איז באערדיגט געווארן אין מודיעין, נעבן זיינע עלטערן[26].

עווענטועל האבן אלע זין פון מתתיהו, אויסער אלעזר, געדינט אלס כהן גדול און געפירט דאס פאלק; א פירערשאפט וואס איז שפעטער פארוואנדלט געווארן צו מלכות בית חשמונאי.

אין מגילת אנטיוכוס

אין מגילת אנטיוכוס ווערט די געשיכטע אנדערש געברענגט. צוערשט האבן מתתיהו'ס פינף זין אליין ארויסגעגאנגען קעמפן מיט די יוונים. אין דער נוסח אויף לשון קודש וואס איז געדרוקט אין די ספרד'ישע סידורים ווערט צוגעלייגט אז א טאכטער פון מתתיהו האט ביי איר חתונה צוגערעדט אירע ברידער דאס צו טון, נאכדעם וואס די יוונים האבן באפוילן אז א כלה זאל די ערשטע נאכט זיין ביי א הגמון.

איידער דער צווייטער שלאכט קעגן בגריס, האבן זיך די חשמונאים צאמגענומען אין מצפה גלעד צו דאווענען צו גאט. מתתיהו האט זיי דארטן אנגעוואונטשן זיי זאלן מצליח זיין, און זיי פארגליכן צו אידישע העלדן פון די פריערדיגע דורות. יהודה צו יהודה בן יעקב, שמעון צו שמעון, יוחנן צו אבנר בן נר, יונתן צו יונתן בן שאול, און אלעזר צו פנחס בן אלעזר.

יהודה איז געפאלן אין יענעם שלאכט, און די ברידער האבן זיך צוריקגעצויגן צו טרויערן נאך אים. מתתיהו האט זיי געהייסן צוריקגיין קעמפן און איז אויך מיטגעגאנגען מיט זיי, און די חשמונאים האבן דאן ענדגילטיג באזיגט די יוונים[27].

אין די נביאים

רש"י טייטשט אריין מתתיהו אין א נבואה פון דניאל: ”וְעָמַד עַל כַּנּוֹ מַעֲבִיר נוֹגֵשׂ הֶדֶר מַלְכוּת” (דניאל יא, כ). מתתיהו איז דער "מַעֲבִיר נוֹגֵשׂ", פארטרייבנדיג די אונטערדרוקער פון די אידן, ער וועט זיך אוועק שטעלן אין זיין פלאץ מודיעין ("כַּנּוֹ"), און פון אים וועט ארויסקומען דעם פראכטפולן קעניגרייך פון בית חשמונאי ("הֶדֶר מַלְכוּת").

צו ליינען מער

רעפערענצן

  1. 1.0 1.1 1.2 דאטום לויט ספר מקבים. אין טייל ראשונים איז משמע אז די רעוואלט האט זיך אנגעהויבן הערשט אין יאר תרכ"ב, און מתתיהו איז אוועק אין יאר תרכ"ג, און אזוי נעמט אן צמח דוד.
  2. מגילה יא, א; מגילת אנטיוכס; בית יוסף, אורח חיים, סימן תרפ"ב (זעט דארט אין הגהות והערות); סידורי הספרדים
  3. לויט ווי עס שטייט אין ספר מקבים א' און נאך מקורות פון זיינער צייט, אבער אין פילע פיוטים (ווי אין פיוט אעדיף כל שמונה פון רבי אלעזר הקליר: "וַיֵּעוֹרוּ פִּרְחֵי אִמֵּר", און נאך) שטייט אז זיי זענען געווען פון משמרת אִמֵּר. זעט: שולמית אליצור, מסורות חנוכה מפתיעות מתגלות בפיוטי ארץ ישראל הקדומים, אויף הספרנים, ‏דעצעמבער 13, 2017
  4. ספר מקבים א, פרק ב', פסוקים א'–ה'.

  5. פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:יוספוס

    פאראמעטער [ 4 ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    יוסף בן מתתיהו, קדמוניות היהודים, ספר יב, פרק ו.
  6. ארחות חיים, הלכות חנוכה אות כב, געברענגט אין שלטי הגיבורים אויפן מרדכי, שבת פרק ב'; רבי יהודה בר יקר, אין זיין פירוש אויף על הנסים; רבי דוד אבודרהם, פירוש הברכות והתפילות, פרק יט; ספר יוחסין, מאמר ראשון, אלף בית, אות היו"ד.
  7. דערמאנט אין יהושע טו, כז
  8. רבי יצחק בער, סדר עבודת ישראל נוסח פולין, רעדלהיים, תרכ"ח, זייט 101; פראפ' שמואל קליין, ארץ יהודה, עמ' 247-248.
  9. בית יוסף, אורח חיים, סימן תרפ"ב; שלמה זלמן הענא, שערי תפלה, סימן קיד. אזוי ווייזט אויך אויס פונעם באנוץ אין מעוז צור: ”אזי בימי חשמנים”.
  10. מגילה יא, א
  11. ווי אין מסכת סופרים, פרק כ', הלכה ח'
  12. אוצר מדרשים ערך חנוכה
  13. מנחם אדלר, חשמונאי ובניו, ירושלים, תשס"ג, זייט יז.
  14. שלמי חגיגה עמ' שכג, אין נאמען פון סידורים בשם רש"י; מאורי אור, דף קמט עמוד ב', בשם תוספות ריב"א.
  15. תוספות רי"ד, יומא ט, א, ד"ה צא מהן ארבעים שנה ששימש שמעון הצדיק
  16. תשב"ץ, חלק שלישי סימן קלה, איבער דער נוסח אין על הנסים. (אויך אין מגילה יא, א, וואו עס שטייט בלויז מתתיה כהן גדול, איז אבער דער נוסח אין סמ"ג סוף הלכות חנוכה, עין יעקב, און רוב כתבי ידות: מתתיהו בן יוחנן כהן גדול).
  17. מתתיהו ווערט אויך נישט דערמאנט אין יומא ט, א, וואו עס ווערן אויסגערעכנט די ערליכע כהנים גדולים פון תקופת בית שני. זעט מהרש"א, פסחים נז, א.
  18. רבי אהרן היימאן, תולדות תנאים ואמוראים ג, ירושלים, תשכ"ד, זייט 918; רבי אהרן לעווין, אבני חפץ, סימן נח.
  19. רבי אהרן לעווין, אבני חפץ, מינכן, תש"ז, זייט 109.
  20. ספר יוחסין, מאמר א' ט"ז; סדר הדורות, ג"א ת"ק
  21. "טיול ל- בין מתתיהו החשמונאי לשייך המערבי"
  22. ספר מקבים א, פרק ב', פסוקים ט"ו–כ"ח.
  23. ספר מקבים א, פרק ב', פסוקים כ"ט–מ"א. זעט רבי יצחק אייזיק הלוי, דורות הראשונים א, פראנקפורט, תרס"ו, עמ' 340 (ויקיטקסט) אז ער האט נאר אפגעשאצט דעם מצב און באשטימט אז עס גייען אן די פון-פריער באקאנטע הלכות אז פיקוח נפש איז דוחה שבת, און אז א מלחמה וועלכע מען האט אנגעהויבן פון פריער זעצט פאר אום שבת.
  24. זע: אריה אולמן, האם אכן אמר מתתיהו 'מי לה' אלי'?, המעין טבת, תשע"ד, זייטן 22–27.
  25. ספר מקבים א, פרק ב', פסוקים ל"ח–מ"ז.
  26. ספר מקבים א, פרק ב', פסוקים מ"ח–ס"ט.
  27. מגילת אנטיוכוס, פסוקים מט-סב