דרעפט:עזה

ווערסיע פון 19:49, 4 דעצעמבער 2023 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (געשאַפן בלאַט מיט '{{אנדערע באדייט|דאס=דער שטאט, היינט אין עזה פּאַס|אנדער=דעם ארטיקל איבער'ן פּאַס|זעט=עזה פאס}} עזה ערשיינט צום ערשטן מאל אין תנ"ך אלס א פלשתי'ער שטאט, דער פלאץ פון שמשון'ס דראמאטישן טויט. אידן האבן עס ענדליך פארכאפט אין דער חשמ...')
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)






עזה ערשיינט צום ערשטן מאל אין תנ"ך אלס א פלשתי'ער שטאט, דער פלאץ פון שמשון'ס דראמאטישן טויט. אידן האבן עס ענדליך פארכאפט אין דער חשמונאי'ער תקופה, און זיך דארט געצויגן וואוינען. מערקווירדיגע איינוואוינער רעכענען אריין דונש אבן לברט, און נתן פון עזה, ראטגעבער פון פאַלשן משיח שבתי צבי. עזה געפינט זיך אין די גרעניצן פון שבט יהודה אין ארץ ישראל[1]) און דעריבער האָבן געוויסע גע'טענה'ט אז עס איז דא א הלכה'דיגער חיוב צו וואוינען אין דעם לאנד. די ערשטע באזעצונג פון דער געגנט איז ביי אברהם און יצחק, וועלכע האבן ביידע געוואוינט אין די גְרָר געגנט פון עזה. אין פערטן יאָרהונדערט איז עזה געווען דער וויכטיגסטער אידישער פּאָרט פון ארץ ישראל פאַר אינטערנאציאנאלע האַנדל און וואַנדל.


רעפערענצן

  1. זע בראשית ט"ו, יהושע ט"ו, מלכים ה"ה, 47, און שופטים א:יח