דרעפט:עזה
סמל עזה סמל עזה | |
צענטער פון שטאט עזה | |
טעריטאריע | הרשות הפלסטינית |
---|---|
נפה | עזה |
ראש העיר | יחיא אלסראג' |
שמות קודמים | ḫa-az-zu-tu, Γαζα |
שטח | 45 קוואדראט קילאמעטער |
גובה | 45[1] מטרים |
אוכלוסייה | |
‑ בעיר | לוא־פעלער אין יחידה:עיר שורה 516: attempt to index field 'wikibase' (a nil value). (לוא־פעלער אין יחידה:עיר, שורה 516: attempt to index field 'wikibase' (a nil value).) |
‑ צפיפות | 8,153 נפש לקוואדראט קילאמעטער |
אזור זמן | UTC +2 |
www.gaza-city.org | |
מוסטער:מממו |
עַזָּה איז א שטאָט און הויפּט שטאָטישער צענטער פון די עזה פּאַס, דרום-מערב פּאַלעסטינע. די שטאט איז אמאל געווען די אדמיניסטראטיווע הויפטקווארטיר פאר די מדינת ישראל מיליטערישע קרעפטן וועלכע האבן באזעצט דעם עזה סטריפ, און איז געקומען אונטער פאלעסטינער קאנטראל אין 2005.
היסטאריע
עזה ערשיינט צום ערשטן מאל אין תנ"ך אלס א פלשתי'ער שטאט, דער פלאץ פון שמשון'ס דראמאטישן טויט. אידן האבן עס ענדליך פארכאפט אין דער חשמונאי'ער תקופה, און זיך דארט געצויגן וואוינען. מערקווירדיגע איינוואוינער רעכענען אריין דונש אבן לברט, און נתן פון עזה, ראטגעבער פון פאַלשן משיח שבתי צבי. עזה געפינט זיך אין די גרעניצן פון שבט יהודה אין ארץ ישראל[2]) און דעריבער האָבן געוויסע גע'טענה'ט אז עס איז דא א הלכה'דיגער חיוב צו וואוינען אין דעם לאנד. די ערשטע באזעצונג פון דער געגנט איז ביי אברהם און יצחק, וועלכע האבן ביידע געוואוינט אין די גְרָר געגנט פון עזה. אין פערטן יאָרהונדערט איז עזה געווען דער וויכטיגסטער אידישער פּאָרט פון ארץ ישראל פאַר אינטערנאציאנאלע האַנדל און וואַנדל.
גרויסע מיטל-אלטער רבנים ווי רבי ישראל נג'ארא, מחבר פון "קה ריבון עלם", דער פאפולערער שבת זמר, און דער באקאנטער מקובל הרב אברהם אזולאי, זענען געווען רבנים אין עזה אידישע קהילות.
די פּעריאָדישע באַזייטיגונג פון אידן פון עזה גייט צוריק כאטש צו די רוימער אין 61 א"ר, נאכגעפאלגט פיל שפּעטער דורך די קרייצצוגלער, נאַפּאָלעאָן, די אָטאָמאַנישע טערקן, די בריטישע און די היינטצייטיגע עגיפּטער. אָבער, אידן האָבן זיכער געוואוינט אין עזה דורכאויס די יאָרן, מיט אַ שטאַרקער אָנוועזנהייט אין ניינצנטן און פריע צוואנציגסטן יאָרהונדערט.