באדייט

דער מולד הלבנה איז דער רגע ווען די לבנה ווערט דערפרישט אנהייב פון א חודש. די ליכטיגקייט פון די לבנה ווערט גרעסער און גרעסער דורכאויסן חודש ביז דער מיטן פונעם חודש; דאן הייבט עס אן ווערן קלענער אין קלענער ביז סוף חודש, ווען עס ווערט אינגאנצן טונקל. דאן, ביים מולד, ווערט עס באנייט, און א נייע חודש הייבט זיך אן.

די גרויסקייט פון די ליכטיגקייט פון דער לבנה ווענד זיך אין איר עלאנגאנאציע מיטן זון ("עלאנגאנאציע"; די ווייטקייט פון די לבנה צום זון אין דער גלגל המזלות). די לבנה קרייזט ארום די וועלט איבערן הימל פון מערב קיין מזרח; וואס נענעטער די לבנה איז צום זון, אלץ קלענער איז די ליכטיקייט דערפון, און וואס ווייטער, אלץ גרעסער. האלב פונעם פיזישן לבנה איז אלעמאל באלאכטן, דאס איז די האלב וואס איז צו דער זייט פון דער זון; און וואס מער די וועלט איז צווישן דער זון מיט די לבנה, אלץ מער קען מען זען דער באלאכטענע טייל פון איר.

א מולד איז דעפינירט אלץ דער רגע ווען די עלאנגאנאציע פון די לבנה צום זון איז 0°, דאס הייסט זיי זענען ביידע אין די זעלבע ארט אין דער גלגל המזלות[א][1]. דער מאמענט הייסט אויך דער "קיבוץ", "דיבוק" און "חידוש". די לבנה איז דאן צווישן דער וועלט און דער זון, און אינגאנצן טונקל. פון יענער רגע און ווייטער ווערט באנייט די נייע לבנה פונעם נייעם חודש. ביים "מולד", פארגליכן צו א ניי געבוירן קינד וואס קען זיך נאכנישט אויפפירן ווי עלטערע מענטשן, קען מען דאן נאכנישט זען די לבנה ווי אנדערע שטערנס[2].

די לבנה'ס מהלך ארום דעם הימל רעלאטיוו צום זון געדויערט בערך 29.531 טעג. איר מהלך רעלאטיוו צו די שטייענדע שטערענעס איז קורצער, בלויז 27.322 טעג[3]. נאר דורכאויס די 27.322 רוקט זיך דער זון אין זיין אייגן גאנג איבערן הימל ארום 26.929° קיין מזרח; און די לבנה דארף דאס משלים זיין אין די איבריגע 2.209 טעג[4].

דער פונקטליכע און אמת'ע צייט־אפשניט ווילאנג עס געדויערט פארן לבנה ארומצוקרייזן דעם וועלט איז אנדערש יעדע חודש, געוואנדן אין אסאך פאקטארן, און דער לענגסטער חודש קען זיין מיט איבער א טאג לענגער ווי דאס קורצטער. פארן צוועק פון קובע זיין דעם אידישן לוח, האבן חז"ל אוועקגעשטעלט א מולד האמצעי, דאס איז א דורכשניטליכע צייט־אפשניט פאר די חודש, אין די דאזיגע מולדות וועלן אלעמאל זיין אין די 14 שעה איידער אדער נאך די אמת'ע מולדות[5].

דער אידישער לוח און דער מולד

אין דער אידישע לוח דארפן די חודשים זיך אנהייבן אינאיינעם מיט די נייע לבנה וואס ערשיינט נאכן מולד. דער אייבעשטער האט געזאגט פאר משה רבינו אין מצרים ”החודש הזה לכם ראש חודש” – "אזוינס (די נייע לבנה), וועט איר וועט עס זען, זיי מקדש דעם חודש".

אין די צייטן ווען עס איז געווען א סנהדרין פון "סמוכים", האט מען מקדש געווען "על פי הראיה", דאס הייסט באזירט אויף עדים וואס האבן געזאגט אז זיי האבן שוין געזען דעם נייעם לבנה. אבער זייט די צייטן פון הלל נשיאה, איז מען קובע די חודש לויט א באשטימטע חשבון. הלל האט געזען אז די גליות און אומשטענדן ווערן שווערער, און אז עס וועט שוין נישט זיין קיין סנהדרין וואס וועט קענען קובע זיין ראשי חודשים, און ער האט אויסגעשטעלט אן אריטמישע חשבון קובע צו זיין די אידישע לוח.

אין די אידישער לוח וואס מען נוצט זייט הלל'ס צייטן, וועט מען קובע ראש השנה אינעם טאג אין וואס דער מולד געפאלט, אויסער אויב עס איז דא א סיבה עס אפצושטופן מיט איינס אדער צוויי טעג. אלע אנדערע חודשים אויסער תשרי האבן אלע באשטימטע צאל טעג, 29 אדער 30, אויסער חשוון און כסלו וואס קענען זיין סיי 29 און סיי 30; געוואנדן לויט וויפיל טעג עס זענען דא צווישן איין ראש השנה און דער צווייטער. דער חשבון פון דער מולד מיט די כללים ווען אפצושטופן ראש השנה, אינאיינעם מיט דער סדר פון עיבור יארן, שטעלן אויס דער גאנצער אידישער לוח.

חז"ל רעכענען אז פון איין מולד צום צווייטן זענען דא 29 טעג, 12 שעה און 793 חלקים (1080 אין א שעה); באקאנט מיטן סימן כ"ט י"ב תשצ"ג. דער ערשטער מולד פון תשרי שנת א' ליצירה, איז געווען מאנאטג נאך 5 שעה און 205 חלקים; באקאנט מיטן סימן בהר"ד. כדי צו וויסן ווען א געוויסע מולד וועט זיין, דארף מען צולייגן צו מולד בהר"ד, כ"ט י"ב תשצ"ג פאר יעדע חודש וואס איז אריבער זייט בריאת העולם.

דער אידישער לוח און דער מולד

אין דער אידישע לוח דארפן די חודשים זיך אנהייבן אינאיינעם מיט די נייע לבנה וואס ערשיינט נאכן מולד. דער אייבעשטער האט געזאגט פאר משה רבינו אין מצרים ”החודש הזה לכם ראש חודש” (שמות יב, ב) – "אזוינס (די נייע לבנה), וועט איר וועט עס זען, זיי מקדש דעם חודש"[6].

אין די צייטן ווען עס איז געווען א סנהדרין פון "סמוכים", האט מען מקדש געווען "על פי הראיה", דאס הייסט, באזירט אויף עדים וואס האבן געזאגט אז זיי האבן שוין געזען דעם נייעם לבנה[7]. אבער זייט די צייטן פון הלל נשיאה, איז מען קובע די חודש לויט א באשטימטע חשבון. הלל האט אז עס וועט שוין נישט זיין קיין סנהדרין וואס וועט קענען קובע זיין ראשי חודשים, האט ער אויסגעשטעלט אן אריטמישע חשבון קובע צו זיין דער אידישער לוח[8].

אין דער אידישער לוח וואס מען נוצט זייט הלל'ס צייטן, וועט מען קובע ראש השנה אינעם טאג אין וואס דער מולד פון תשרי געפאלט, אויסער אויב עס איז דא א סיבה עס אפצושטופן מיט איינס אדער צוויי טעג[9]. אלע אנדערע חודשים אויסער תשרי האבן אלע א באשטימטע צאל טעג, 29 אדער 30. אנדערש זענען חשוון און כסלו, וואס קענען זיין סיי 29 און סיי 30; געוואנדן לויט וויפל טעג עס זענען דא צווישן איין ראש השנה און דער צווייטער[10]. דער חשבון פון דער מולד מיט די כללים ווען אפצושטופן ראש השנה, אינאיינעם מיט דער סדר פון עיבור יארן, שטעלן אויס דער גאנצער אידישער לוח.

חז"ל רעכענען אז פון איין מולד צום צווייטן זענען דא 29 טעג, 12 שעה און 793 חלקים (1080 אין א שעה); באקאנט מיטן סימן כ"ט י"ב תשצ"ג[11]. דער ערשטער מולד פון תשרי שנת א' ליצירה, איז געווען מאנאטג נאך 5 שעה און 205 חלקים; באקאנט מיטן סימן בהר"ד[12]. כדי צו וויסן ווען א געוויסע מולד וועט זיין, דארף מען צולייגן צו מולד בהר"ד, כ"ט י"ב תשצ"ג פאר יעדע חודש וואס איז אריבער זייט בריאת העולם.

מולד בהר"ד

דער מולד פון תשרי שנת א' איז אוועקגעשטעלט אלץ מאנטאג נאך 5 שעה און 204 חלקים – בהר"ד. דאס איז אבער נישט דער ערשטער מולד נאך בריאת העולם, נאר "מולד תהו", א היפאטעטישע מולד וואס מען האט אוועקגעשטעלט פארן צוועק פונעם חשבון.

לויט רבי אליעזר וואס האלט אז בתשרי נברא העולם, איז דער ערשער מולד געווען פרייטאג צוויי שעה אריין אין טאג, נאך 14 שעה פונעם מעת לעת, באקאנט מיטן סימן וי"ד. תוספות ברענגט אז דאס זעט מען פונעם מדרש וואס דערטאלירט דעם סדר היום פום אדם הראשון אין זיין ערשטן טאג[13]: אין דער ניינטע שעה האט דער באשעפער אים בפוילן מיט די פארבאט צו עסן פונעם עץ הדעת, און דאן האט ער מקדש געווען דעם חודש. לויטן גמרא אז די לבנה בלייבט פארשטעלט די ערשטע זעקס שעה נאכן מולד, קומט אויס אז דער מולד איז לויטן חשבון געבוירן געווארן זעקס שעה פריער, אנהייב דער דריטע שעה, נאך צווי שעה אין טאג, וואס זענען 14 שעה פון אנהייב מעת לעת[14]. דער מולד האט למעשה פאסירט בשעת דער באשעפער האט באשאפן אדם הראשון, ווייל איידער יענע צייט איז נישט געווען ווער זאל עס זען און מקדש זיין חודשים[15]. לויט ווי די "בני מערב" האבן זיך געפירט ביים רעכענען די יארן ליצירה, ווערן די ערשטע פינף טעג פון ששת ימי בראשת גערעכנט פארן איין יאר, שנת א' ליצירה, און ביים פרייטאגדיגע מולד האט זיך אנגעהויבן שנת ב' ליצירה[16]. דאס איז אויך דער וועג וואס איז היינט אין באנוץ ביי אידן[17]. היות מיר רעכענען די מולד פון אנהייב שנת א', האט מען גערעכנט צוריק צו וועגס, ווען דער מולד וואלט ווען געווען אין תשרי שנת א', און דאס איז מולד בהר"ד[14][15].

דער גר"א שרייבט אז די אידן היינט רעכענען ווי די "בני מזרח", אז דער מולד פון פרייטאג פון ששת ימי בראשית איז געווען פון שנת א' ליצירה, נאר וויבאלד בשעת דער יאר פונעם מבול האבן די זון און לבנה נישט געדינט, איז מען משלים יענע יאר מיט א "שנת תוהו"[18]. רב האי גאון שרייבט אז אויך די "בני מזרח" פלעגן רעכענען פון מולד בהר"ד, פאר א פראקטישע סיבה: ווען מען רעכענט מולדות דארף מען רעכענען די מולדות ביז צום יעצטיגן יאר, ולא עד בכלל. דאס מיינט, פאר די מולד פון שנת ה'תשפ"ד דארף מען רעכענען מולדות וואס זענען פאריבער אין ה'תשפ"ג יארן. כדי אויסצומיידן דעם איבריגן שטאפל אינעם חשבון, האבן אויך די בני מזרח גערעכנט פון איין יאר פריער, מולד בהר"ד[19].

דער מולד בהר"ד שטימט אויך לויט רבי יהושע וואס האלט אז בניסן נברא העולם. לויט רבי יהושע און לויט רב אדא, איז דער מולד געווען נישט געווען פרייטאג, נאר מיטוואך – דער טאג ווען דער זון און די לבנה זענען באשאפן געווארן. תוספות ווייזט אויף אז עס קען נישט זיין אז רבי יהושע האלט אויך אז דער מולד איז געווען פרייטאג ווייל דאן וואלט די מולדות לויט רבי אליעזר געווען צוויי טעג שפעטער ווי לויט רבי יהושע, און מען וואלט געדארפט צו דערגיין דער ווארהייט מיט פשוט'ע אבזערוואציע[14]. די ראשונים זאגן לויט רבי יהושע איז דער ערשטער מולד געווען מיטוואך פון ששת ימי בראשית, ביי 9 שעה און 642 חלקים. וויבאלד דער לוח איז מיוסד אז דער יאר הייבט זיך אן תשרי, האט מען גערעכנט צוריק צו וועגס צו תשרי פון יענע יאר, און דער מולד קומט אויס בהר"ד{{הערהראב"ח, מאמר שני שער השישי;
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אוצר החכמה

פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
רבי דוד אבודרהם, ספר אבודרהם, מהדורת קרן רא"ם: ירושלים, תשע"ז, פרק כט, שער המולדות; רבי לוי בן חביב, שו"ת מהרלב"ח, סימן קמג}}.

לויט די שיטה פון שמואל אנבאלאנגט די תקופות, וואלט אויסגעקומען אז דער מולד האט פאסירט דער מיטוואך נאך ששת ימי בראשית, מיט 7 טעג 9 שעה און 642 חלקים נאך תקופת ניסן. דער סמ"ג[20] איז מסביר אז די לבנה האט זיך פארזוימט א וואך צוליב די סכסוך מיט די זון וואס האט געפירט צו דעם אז זי זאל קלענער ווערן. דער לבוש זאגט אז זי האט זיך נהוג געווען בנזיפה א גאנצע וואך, ווי מען לערנט ארויס פון מרים הנביאה[21]. תוספות לערנט אז שמואל האלט ווי רבי אליעזר אז בתשרי נברא העולם[22]. אנדערע האלטן אז די די מולד איז געווען מיטוואך פון ששת ימי בראשית, און די זון איז באשאפן געווארן אינמיטן זיין גאנג, אויסזעענדיג ווי די תקופה איז געווען א וואך פריער[23].

נאך א שיטה איז דער פון רב אביתר[24] און תרגום יונתן[25]. לויט זיי איז דער ערשטער מולד געווען מיטוואך נאך 20 שעה און 408 חלקים, און מולד בהר"ד איז דער מולד פון א יאר שפעטער. ווי עס שיינט, האבן זיי געהאלטן אז די יאר פון בריאת העולם איז נישט אין די צאל פון די יארן, און ווען מען רעכנט פון בהר"ד רעכנט מען פון אנגעהויבן פון דער צווייטער יאר[26].


דער זייגער פון די מולדות

עס זענען פאראן עטליכע ספיקות אנבאלאנגט די צייט פון די מולד, וויאזוי מען טייטשט עס איבער צו די היינטיגע זייגערס. געוויסע האלטן אז עס איז נישט שייך בכלל איבערצוטייטשן דעם מולד צו סיי וועלכן זייגער, וויבאלד דער מולד איז אן אבסטראקטער באגריף, און נישט אן עכטן געשעעניש.

פלאץ פון די רעכענונגען

דער צייט אין טאג איז אנדערש פון פלאץ צו פלאץ ארום דער וועלט, און די מולדות ווערן גערעכנט צו די זייגער פון איין געוויסע פלאץ אויף דער וועלט. אין די ראשונים טרעפט מען עטליכע שיטות לגבי דער פלאץ וואו די מולדות ווערן גערעכנט:

  • דער אבן עזרא[27], רז"ה[28] און כוזרי[29] שרייבן אז די מולדות געשעען לויט די זייגער פון ירושלים.
  • אין ספר יסוד עולם[30] ווערט געברענגט אז די מולדות געשען לויט די זייגער אין "טבור הארץ" – די צענטער פון די באוואוינטע וועלט, ווי עס איז געווען באקאנט אין די מיטלאלטער. דאס איז 24° צו מזרח פון ירושלים, און א שעה און 612 חלקים גערוקט.
  • טייל ראשונים[31] אין זאגן אז די מולדות רעכנען זיך פון "קצה המזרח" – דער ווייטסטער עק פון דער באוואוינטער וועלט, 114° צו מזרח פון ירשולים, און 7 שעה און 642 חלקים גערוקט.
  • בשם רב סעדיה גאון[32], און נאך ראשונים[33] ווערט געברענגט אז דער חשבון איז לויט בבל, וואו די אמוראים האבן געוואוינט.

עס זענען דא וואס זענען תולה דער מחלוקת צווישן אהרן בן מאיר און רב סעדיה גאון אין א איבערבלייבעניש פון א מחלוקת צי די מולדות ווערן גערעכנט לויט בבל אדער לויט ירושלים[34]

פארשער פונעם אידישער לוח אין די לעצטעטרע יארן האבן אנגענומען אז די מולדות ווערן גערעכנט ערגעצוואו צווישן בבל און ארץ ישראל[35]. און היינטיגע פארשער נעמען אן אז עס ווערט גערעכנט צום זייגער פון ירושלים; דאס איז אויך דער פראמינענטסטע ממיינוג צווישן די אחרונים[36]. דער "מולד הממוצע" לויט די אסטראנאמער, געשעט היינטיגע צייטן צוויי שעה נאך די מולד פונעם לוח לויט ירושלים[37].

די אנהייב פון די שעות

די שעות וואס ווערן דערמאנט לגבי דער מולד זענען שעות שוות וואס הייבן זיך אן אנהייב נאכט, און 'אנהייב נאכט' לגבי שעות שוות מיינט זעקס שעה נאך חצות. אבער עס זענען דא דריי מהלכים לגבי וועלכע "חצות" מען רעדט:

  • עס זענען דא וואס רעכענען זעקס שעה נאך די דורכשניטליכע חצות פונעם יאר, וואס מיינט אז די שעות רעכענט מען פון 6:00 לויט דער אמת'ע ארץ ישראל'דיגע זייגער. די מולדות ווערן נישט גערעכנט אויף דער היינטיגער ארץ ישראל'דיגע זייגער, וואס גייט לויט די צייט זאנע באזירט אין קאריא, נאר אויף דער אמת'ע זייגער פון ארץ ישראל וואס איז מיט 21 מינוט פריער. אין סך הכל, לייגט מען צו צום צאל שעות 5:39 שעה, אנוצוקומען צו דער צייט אויפן היינטיגן ארץ ישראל'דיגן זייגער[38].
  • עס זענען דא וואס רעכענען זעקס שעה נאך די אמת'ע חצות יעדן טאג. דאז קומט אויס יעדן חודש אנדערש, און עס קען זיין ביז 16 מינוט גערוקט פון די דורכשניטליכע חצות[39].
  • עס זענען דא וואס האלט אז מען דארף רעכענען לויט חצות פון דער טאג פון ערשטע מולד בשעת בריאת העולם. מען קען אבער נישט מכריע וועלכע מולד דאס איז (וי"ד אדער ד"ט תרמ"ב), און יעדנספאל איז כמעט אוממעגליך צו וויסן ווען חצות איז דאן געווען[40]. געוויסע האלטן אז מען זאל קוקן אויף חצות פון ניסן און תשרי[41].

מקורות

נאטיצן


פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:ביאורים

ליידיגע פאראמעטער [ 1 ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע

  1. קוקנדיג אויף זייער פאזיציע פון מזרח צו מערב. דער זון קען אבער זיין צו צפון אדער צו דרום פון די לבנה בשעת'ן מולד

רעפערענצן

  1. ראב"ח, מאמר שני שער השישי; המפרש, פרק ו הלכה ה.
  2. ראב"ח, מאמר שני שער השישי.

  3. פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אוצר החכמה

    פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    רבי אליהו בן חיים הכים, שבילי רקיע, ווארשא, תרכ"ג, זייט 170.
  4. אבן עזרא אויף שמות יב, א; רבי שמעון בן צמח דוראן, שו"ת תשב"ץ, חלק א' סימן קג; המפרש, פרק ו הלכה ג
  5. רבי שמעון בן צמח דוראן, שו"ת תשב"ץ, חלק א' סימן קג-קד
  6. ראש השנה כ, א.
  7. משנה תורה לרמב"ם, הלכות קידוש החודש, פרק ו', הלכה א'.
  8. תשובת רב האי גאון, געברענגט אין ראב"ח, מאמר שלישי שער שביעי
  9. משנה תורה לרמב"ם, הלכות קידוש החודש, פרק ז', הלכה א'.
  10. משנה תורה לרמב"ם, הלכות קידוש החודש, פרק ח', הלכה ז'.
  11. ראש השנה כה, א.
  12. משנה תורה לרמב"ם, הלכות קידוש החודש, פרק ו', הלכה א'.
  13. סנהדרין לח, ב.
  14. 14.0 14.1 14.2 תוספות, ראש השנה ח, א, ד"ה לתקופות כר"א.
  15. 15.0 15.1 מפרש, פרק ו הלכה ח
  16. ראב"ח, מאמר שלישי שער שביעי
  17. בעל המאור עבודה זרה ב עמוד ב מדפי הרי"ף

  18. פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אוצר החכמה

    פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    רבי ישראל משקלאב, פאת השלחן, ירושלים, תשי"ט, סימן כט אות כא; השמטות לביאור הגר"א אויף שולחן ערוך, חושן משפט, סימן סז סעיף א
  19. תשובת רב האי גאון, געברענגט אין ראב"ח, מאמר שלישי שער שביעי
  20. עשין מז
  21. רבי מרדכי יפה, לבוש סימן תכח
  22. תוספות, ראש השנה ח, א, ד"ה לתקופות
  23. יסוד עולם לרבינו יצחק הישראלי מאמר ד פרק יד; רבי אברהם ישעיה קרליץ, חזון איש, חלק אורח חיים, מועד, בני ברק, תשל"ד, סימן קלח אות א
  24. שניאור זלמן שעכטער, Saadyana, קאמברידזש, תרס"ג, זייט 102 (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע).
  25. בראשית פרק א פסוק טז
  26. חיים יחיאל בורנשטיין, "תאריכי ישראל", התקופה ט, תל אביב, תרפ"א, זייט 225.
  27. אבן עזרא, דף י עמוד ב
  28. ראש השנה דף ה עמוד ב מדפי הרי"ף
  29. רבי יהודה הלוי, ספר הכוזרי, מאמר ב' אות כ'
  30. רבי יצחק בן יוסף הישראלי, יסוד עולם ב, ברלין, תר"ח, מאמר רביעי פרק ז.
  31. ראב"ח, מאמר ב שער ב; רבי יצחק בן יוסף הישראלי, יסוד עולם ב, ברלין, תר"ח, מאמר רביעי פרק ז.
  32. זע: גארדאן, זייט עט
  33. זע: רבי עזריה מן האדומים, מצרף לכסף, ווילנא, תרכ"ו, פרק ה'.
  34. חיים יחיאל בורנשטיין, מחלקת רב סעדיה גאון ובן מאיר, ווארשא, תרס"ד, זייט 21.
  35. זע:
    פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אוצר החכמה

    פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    מנחם מנדל כשר, קו התאריך הישראלי, ירושלים, תשל"ז, זייט 15.
  36. זע: גארדאן, זייט פא

  37. פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אוצר החכמה

    פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    זלמן מנחם קורן, "נספח לסי' רטו-רטז", שו"ת תשב"ץ, מכון ירושלים, תשס"ג; לענווינגער, זייט קנד
  38. ריב משה שטערנבוך, מועדים וזמנים חלק א, ירושלים, תשכ"א, זייט מח
  39. זע: גארדאן, זייט כח
  40. זע: גארדאן, זייט לא
  41. רבי יונה מרצבך, עלה יונה, ירושלים, תשמ"ט, זייט לה