אב

עלפטער חודש ציילנדיג פון תשרי, פינפטער ציילנדיג פון ניסן
ווערסיע פון 13:10, 12 נאוועמבער 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "({{דעסקריפציע.*?}})\n\n" ב־"{{דעסקריפציע$1}}")
►► אב ◄◄
יום טוב / שבתון חג שאיננו שבתון יום זכרון או תענית

אָב איז דער עלפטער חודש אין דער אידישער יאר, ציילנדיג פון תשרי, און דער פינפטער חודש ציילנדיג פון ניסן.

חודש אב פאלט געווענליך אויס אין פאראלעל מיט די מאנאטן יולי-אויגוסט אין גרעגאריאנישן קאלענדאר, אין דער סעזאן פון זומער אין דעם צפון האלבקיילעך און פון ווינטער אין דעם דרום האלבקיילעך (וואו עס איז גלייך צו חודש שבט אין צפון האלבקיילעך).

אין דער לוח

אין דער באשטימטער אידישער לוח, איז אב אלעמאל א "חודש מלא" פון דרייסיג טעג[1]. דער פאריגער חודש איז אלעמאל א "חודש חסר", מיט 29 טעג, און ראש חודש אב באשטייט דעריבער פון איין טאג, א' אב[1]. חודש אב קען זיך אנהייבן אין א מאנטאג, מיטוואך, פרייטאג אדער שבת[2].

אין די צייטן וואס מען האט באשטימט די חדשים על פי הראייה, פלעגן די שליחים פון בית דין ארויספארן צו די ווייטע פלעצער מודיע צו זיין ווען מען האט באשטימט ראש חודש אב, אז מען זאל וויסן ווען עס פאלט אויס דער תענית פון תשעה באב[3]. עס איז א מחלוקת הראשונים צי די שליחים זענען ארויס אויך אין די צייטן וואס דער בית שני איז געשטאנען[4], אדער מען האט דאן נישט געפאסט אין תשעה באב[5].

נאמען

אין אנהייב זענען די חדשים אין אידישן קאלענדאר גערופן געווארן לויט זייער צאל, אנגעהויבן פון ניסן; דער חודש האט אלזא געהייסן "החודש החמישי"[6]. דער רעלעוואנטער מאנאט איז גערופן געווארן "אב" אין בבל און אין מעסאפאטאמיע בכלל, פון אכד'יש ʾAbū[7]. עס ווערט שפעקולירט אז די עטימאלאגיע דערפון נעמט זיך פונעם טערמין פאר צווייגלעך און שטעקעלעך, זייענדיג דער מאנאט ווען זיי זענען געשניטן געווארן פאר פארשידענע געברויכן[א], אדער נעמט זיך עס פון פייער, צוליב די היץ וואס הערשט אין דעם חודש[7]. אין די תקופה פון גלות בבל און שיבת ציון איז דער נאמען אריינגעקומען אויך אין אידישע באנוץ, ווי די נעמען פון אלע חדשים[9]. דער נאמען איז אויך געווארן אויסגעטייטשט אלס הויפט, ווייל נאך די גאולה וועט דער חודש זיין אין שפיץ פון אלע חדשים[10].

דער חודש ווערט אויך אנגערופן "מְנַחֵם אָב", אלס בקשה אז השי"ת זאל אונז טרייסטן[11]. טייל האבן גערופן דעם חודש בלויז "מנחם"[12]. רבי משה סופר שרייבט אז ביז תשעה באב הייסט דער חודש "אב", און פון דארט און ווייטער "מנחם"[13]. ענליך האט מען זיך געפירט אין אמסטערדאם, וואו מען האט גערופן דעם חודש נאך תשעה באב "מנחם אב"[14].

דער גט פשוט שרייבט אז דער מנהג איז צו שרייבן אין כתובות, שטרות און בריוון דעם נאמען פון חודש "מנחם" אנשטאט "אב", אבער טייל שרייבן ביידע צוזאמען: "מנחם אב"[15]. אנדערע שרייבן אבער אז ביי די אשכנזים איז נישט איינגעפירט מען זאל שרייבן "מנחם" אליין, און אויב מען האט אזוי געשריבן אין א גט איז עס פסול; אויב האט מען געשריבן "מנחם אב" איז עס זיכער כשר בדיעבד[11].

אין דער גזר קאלענדאר (עב') ווערט דער חודש אנגערופן "ירח קיץ"[16].

"אַבּ" איז אויך דער נאמען פאר דער מאנאט פון אויגוסט אין פילע לענדער אין מיטל מזרח.

סימבאלן און אייגנשאפטן

דער מזל פון דעם חודש איז מזל אריה[17], צוליב א שטערן גרופע וואס האט אמאל געדינט אלס הינטערגרונט צו די זון אין דעם חודש[ב]. אין די ים המלח מגילות פון דער כת פון קומראן איז מזל בתולה דער מזל פון חודש אב.

לויט דער זוהר, איז חודש אב קעגן שבט יששכר[19]. לויט אנדערע, איז עס קעגן שבט שמעון[20], אדער קעגן שבט אשר[21], אדער קעגן שבט גד[22].

חודש אב איז קעגן דעם אות ט[17].

דער צירוף פון שם הוי"ה אין דעם חודש איז הוי"ה[23], וואס גייט ארויס פון פסוק הַסְכֵּת וּשְׁמַע יִשְׂרָאֵל הַיּוֹם”[24].

דער ערשטער האלב חודש ענדיגט די צייט פון "קיץ", און דער צווייטער האלב חודש הייבט אן די צייט פון "חום", וועלכע ווערן דערמאנט אין פסוק[25] ”זֶרַע וְקָצִיר וְקֹר וָחֹם וְקַיִץ וָחֹרֶף וְיוֹם וָלַיְלָה לֹא יִשְׁבֹּתוּ”[26].

לויט איין מקור, האבן די חכמי הגויים געהאלטן אז דער וועלט איז באשאפן געווארן אינמיטן חודש אב, ווען דער זון איז אין מזל אריה[27].

דינים און מנהגים

 
דער חורבן בית המקדש איז ביידע מאל פארגעקומען אין חודש אב

לויט איין מקור, טוט מען נישט בענטשן דעם חודש בעפאר אב[28].

משנכנס אב ממעטין בשמחה[29]. דאס ווערט בעיקר אויסגעדרוקט אין פארשידענע הלכות און מנהגים וועלכע גייען אן אין די ניין טעג ביז נאך תשעה באב. מען איז נישט מקדש די לבנה ביז נאך תשעה באב[30].

דער מזל פון חודש אב איז נישט גוט פאר אידן, און דעריבער אויב האט מען א געריכט מיט א גוי זאל מען עס אפשטופן אויף שפעטער[31]. טייל האלטן אז דאס גייט אן דעם גאנצן חודש[32], לויט אנדערע איז עס אויך נאר ביז נאך תשעה באב[33].

פון חמשה עשר באב און ווייטער, ווען די נעכט ווערן לענגער, דארף מען צולייגן פון נאכט אויף טאג צו לערנען תורה[34]. טייל גרייטן זיך שוין אויף די ימים נוראים, אריינגערעכנט מיט פאסטן פערציג תעניתים צווישן חמשה עשר באב און יום כיפור[35]

טייל נעמען אן אז מען קען פראווען א חתונה אין סוף חודש אב, אנדערש ווי אנדערע חדשים[36].

מועדים וזמנים

נאטיצן

  1. אויך אין בית המקדש, האט חודש אב באצייכנט די ענדע פון די צייט ווען מען האט געשניטן די העלצער פאר דעם מזבח[8].
  2. די נעמען פון די מזלות וואס ווערן דא דערמאנט, זענען געבארגטע טערמינען פאר פאזיציעס פון דער זון איבערן עקליפטיק (עב'), אבער די עצם שטערן גרופעס נאך וועמען זיי הייסן זענען שוין פון לאנג אפגערוקט[18].

רעפערענצן

  1. 1.0 1.1 משנה תורה לרמב"ם, הלכות קידוש החודש, פרק ח', הלכות ד'–ה'
  2. שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תכ"ח, סעיף ב'
  3. ראש השנה יח, א
  4. פירוש המשניות להרמב"ם, ראש השנה א, ג
  5. תשב"ץ, חלק ב' סימן רע"א
  6. במדבר לג, לח; מלכים ב' כה, ח
  7. 7.0 7.1 W. Muss-Arnolt, "The Names of the Assyro-Babylonian Months and Their Regents", Journal of Biblical Literature 11, 1892, עמ' 72–94 doi: 10.2307/3259081
  8. בבא בתרא קכא, א
  9. תלמוד ירושלמי, מסכת ראש השנה, פרק א', הלכה ב'
  10. בן איש חי, הקדמה לפרשת דברים שנה א'
  11. 11.0 11.1 ערוך השלחן, אבן העזר סימן קכ"ו סעיף ט"ז
  12. שו"ת מהר"י בירב, מהדורת ויניציאה, סימן לג; שם ג, יח; מהרשד"ם אה"ע, סימן ס"ט; דברי ריבות, סימן קפ"ח
  13. דרשות חתם סופר ח"ב, דרוש לז' אב, בד"ה בירושלמי סוף מס' תענית פ"ד ה"ה. אזוי האט ער אויך געשריבן די דאטומען אין זיינע תשובות, זעט, צב"ש, אבן העזר סימן נ"ב און אורח חיים סימן א'.
  14. מנהגי אמשטרדם, פרק ג' סעיף ט'
  15. גט פשוט, סימן קכ"ו
  16. גזר קאלענדאר
  17. 17.0 17.1 ספר יצירה פרק ה' משנה י"א
  18. משנה תורה לרמב"ם, הלכות יסודי התורה, פרק ג', הלכה ז'
  19. ספר הזוהר, חלק א, דף קע"ג, עמוד א'. אזוי שטייט אויך קידוש ירחים לחודש אב פון רבי פינחס ברבי יעקב הכהן; רבי אברהם בן עזריאל, ערוגת הבושם, חלק א' עמוד 289; מגלה עמוקות, פרשת בא דרוש ד'; סידור בית יעקב להיעב"ץ, שער שלכת; ויקח משה, נאך פרשת ויחי
  20. ילקוט שמעוני, שמות, רמז תי"ח; רבי יוסף ג’יקטיליה, שערי אורה, סוף שער ה'; מאמר כליל תכלת להאר"י, סוף ספר יצירה; פירוש הגר"א, סוף ספר יצירה; פרי צדיק, מאמרי ראש חודש אייר; רסיסי לילה אות ל"ט.
  21. פירוש הראב"ד אויף ספר יצירה; פרי צדיק פרשת דברים לט"ו באב, לגירסת הגאונים
  22. יערות דבש חלק א', סוף דרוש ב'
  23. אר"י, פרי עץ חיים, שער י"ט פרק ג'
  24. דברים כז, טִ
  25. בראשית ח, כב
  26. בבא מציעא קו, ב
  27. ברייתא דמזלות אות י'
  28. מרדכי, מועד קטן סימן תתקל"ד, בשם תוספות
  29. תענית כו, ב
  30. רמ"א, אורח חיים, סימן תכ"ו
  31. תענית כט, ב
  32. מגן אברהם, אורח חיים, סימן תקנ"א
  33. קרבן נתנאל אויף תענית כט,ב, געברענגט אין משנה ברורה, סימן תקנ"א
  34. בבא בתרא קכא, ב און רשב"ם
  35. מגן אברהם, אורח חיים, סימן תקס"ח
  36. טעמי המנהגים, עמוד תי"ח. זעט אבער ויחי יעקב, יורה דעה סימן נ"ה, אז מען זאל נישט מקיל זיין.