מהללאל

פינפטער דור פון אדם, זון פון קינן און פאטער פון ירד
ווערסיע פון 12:16, 12 נאוועמבער 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "({{היברובוקס|{{אוצר החכמה\|)(.*?)עמוד=(.*?)}}" ב־"$1$2page=$3}}")

מַהֲלַלְאֵל איז געווען דער פינפטער דור פון אדם הראשון, א זון פון קינן און דער פאטער פון ירד.

מהללאל
געבורט שצ"ה
פטירה א'ר"צ (אלט: 895 בערך)
גיל פטירה 895
קינדער ירד
בתנ"ך בראשית ה, יב–יז; דברי הימים א' א, ב

מהללאל איז געבוירן 395 יאר נאכן באשאף פון אדם הראשון, אין יאר שצ"ה לאדם[א], ווען זיין פאטער איז אלט געווען זיבעציג יאר[1].

לויט ספר היובלים האט ער חתונה געהאט מיט זיין שוועסטערקינד, וועלכע האט געהייסן דינה בת ברכאל[2].

ווען ער איז אלט געווען 65 יאר האט ער געבוירן זיין זון ירד[3]. אין די נאכפאלגנדע יארן האט ער געהאט נאך זון און טעכטער.

מהללאל האט געלעבט 895 יאר[4] (ביז צום יאר א'ר"צ לאדם[א]), דער אכט-לענגסטער פון אלע מענטשן דערמאנט אין תנ"ך.

אין מדרש שטייט אז מהללאל איז געווען א בעל תשובה, און ער האט געלויבט השי"ת[5].

נאטיצן

  1. 1.0 1.1 דאס הייסט, לויט'ן ציילונג באניצט אין סדר הדורות און אין אנדערע ספרים אויף אידישע כראנאלאגיע, וועלכע הייבן אן פון טאג ווען אדם הראשון איז באשאפן געווארן, אין צווייטן יאר לבריאת העולם (דער ערשטער יאר לבריאת העולם, גערופן "שנת תוהו", האט אנטהאלטן בלויז פינף טעג). לויט די רעכענונג וואס איז היינט אנגענומען (אין וועלכע דער יעצטיגער יאר איז ה'תשפ"ה), וואס הייבט זיך אן פון ערשטן טאג צום בריאת העולם, דארף מען צולייגן איין יאר צום חשבון.
    אויב די יארן אין די תורה רעכענען זיך ווען זיי זענען געענדיגט, און נישט ווען זיי הייבן זיך אן, דארף מען צולייגן נאך א יאר צום חשבון. איבער דעם ספק, זעט: רבי אברהם ישעיהו קארעליץ, חזון איש, אורח חיים, סימן ק"מ, ס"ק ג'.

רעפערענצן

  1. בראשית ה, יב
  2. ספר היובלים, פרק ד'
  3. בראשית ה, טו
  4. בראשית ה, יז
  5. מבוא לאגדת בראשית חלק שני. זעט אויך: רבי יצחק אברבנאל, פירוש אברבנאל לפרשת בראשית, אז ער האט געהייסן "מהללאל" ווייל ער האט געלויבט השי"ת