דרעפט:חנוכה ליכט

ליכט וואס מצינדט די אכט נעכט פון חנוכה
שבע מצוות דרבנן
The10Commandments.png
Menorah7a.png
הללמגילת אסתרחנוכה ליכט
נרות שבתנטילת ידייםברכהעירובין
חנוכה ליכט ביים פענסטער אין קבר רחל.

די חנוכה ליכט צינדן איז איינע פון ​​די זיבן מצוות דרבנן, צו מפרסם זיין די גרויסע ניסים אז די חשמונאים האבן געזיגט די יוונים, און אזוי אויך די נס מיט די קריג פון אויל[1]. די מצוה סימבאליזירט די יום טוב חנוכה. די מצוה ווערט דערמאנט אומדייטליך אין משנה[2], און אירע הלכות ווערן ווערט אויסגערעכנט נאר אין ברייתא[3].

די הלכה פאדערט איז אז אין יעדן אידישן הויז דארף ווערן אנגעצינדן א ליכט יעדן טאג[4], אבער היינט איז איינגעפירט צו צינדן יעדן טאג איין ליט מער ווי פארגאנגענעם טאג[5]. מפירט זיך צו צינדן אין אן עקסטערן חנוכה לאמפ אבער דאס איז נישט אויסגעפאדערט אין הלכה. מדארף צינדן אין שטוב ביי א פלאץ ווי סוועט געזען ווערן אינדרויסן אין גאס, ווי צום ביישפיל ביי א פענסטער אדער א טיר אד"ג[6].

מקור

די מצוה פון צינדן די חנוכה ליכט ווערט שוין דערמאנט אלס א מצוה אומדייטליך אין משנה[2], און אין גמרא ווערט אויסגעשמועסט אז דאס איז אלס זכר צו די נס ווען אין די טעג אום יאר ג'תקצ"ו האבן די חשמונאים געוואנען די יוונים, זיי האבן צוריק איבער גענומען די בית המקדש, מטהר געווען פון די טומאות און האבן אנגעצינדן די מנורה בדרך נס אכט טעג, פון א קליין קריגל אויל, ביז מהאט פאבליצירט פרישע איילבירטן אויל בטהרה[7], אויף צו דערמאנען און פארשפרייטן דעם נס צינדט מען ליכט[8].

די פּרטים פון דער מצוה און אירע תנאים זענען אויף דעם ציל, די אָנצינדן פון א ליכט וואָס שיינט צו די גאס, אין צייט ווען עס זענען נאך פארהאן מענטשן אויף דער גאס, און כאטש פֿאר זיין הויזגעזינד.

חשיבות

אין גמרא שטייט: אמר רב הונא: הרגיל בנר חנוכה, הויין ליה בנים תלמידי חכמים.[9]

דער רמב"ם דריקט זיך אויס איבער דעם מצוה: ”מצוות נר חנוכה מצווה חביבה היא עד מאד, וצריך אדם להזהר בה כדי להודיע הנס ולהוסיף בשבח הא-ל והודיה לו על הניסים שעשה לנו.”[10].

רעפערענצן

  1. משנה תורה לרמב"ם, ספר זמנים, הלכות מגילה וחנוכה, פרק ג', הלכה א'.
  2. 2.0 2.1 משנה, בבא קמא ו, ו.
  3. שבת כא, א.
  4. משנה תורה לרמב"ם, ספר זמנים, הלכות מגילה וחנוכה, פרק ד', הלכה א'.
  5. שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תרע"א, סעיף ב'.
  6. משנה תורה לרמב"ם, ספר זמנים, הלכות מגילה וחנוכה, פרק ד', הלכה ז'.
  7. שבת כא, ב; מגילת אנטיוכוס אות ס"ח.
  8. משנה תורה לרמב"ם, ספר זמנים, הלכות מגילה וחנוכה, פרק ג', הלכה ב'.
  9. שבת כג, ב.
  10. משנה תורה לרמב"ם, ספר זמנים, הלכות מגילה וחנוכה, פרק ד', הלכה י"ב.