צושטעלן טעמע

אפטיילן?

כ'בין מסופק צי מ'זאל עס לאזן אזוי, אדער זאל זיין באזונדערע ארטיקלען 'חרן' (איבער די שטאט אין די תורה) און 'חאראן' (איבער דער היינטיגער שטאט און איר אלגעמיינע היסטאריע).

די סיבות דערצו זענען סיי אז עס איז נישט אינגאנצן קלאר צי דאס איז טאקע חרן (חוץ פון די צווייטע דעה דערמאנט אין ארטיקל, דאכט זיך אז אין תבואת הארץ שטייט א דריטע), און סיי אז - אנדערש ווי ירושלים, למשל, וואס האט אנגעהאלטן א המשך אין אונזער תודעה פון תנ"ך ביז היינט - זענען די צוויי זייטן פון חרן ממש צוויי באזונדערע נושאים ביי אונז; איינער וואס וויל ליינען איבער חרן (אין די תורה) איז נישט ממש אינטערעסירט צו וויסן ווער עס איז היינט דער בירגערמייסטער אין עפעס א טערקישע שטעטל...

(פארשטייט זיך אז אויב טוט מען אזוי, וועט חאראן פארמאגן אן אפטיילונג 'אין די תורה', וואו חרן וועט ווערן צוגעצייכנט אלס הויפט ארטיקל). — צמא לדעתשמועס • י"ז חשון ה'תשפ"ד 10:00, 1 נאוועמבער 2023 (UTC)ענטפער[ענטפער]

און ווער זאגט אז חאראן, דער טערקישער שטעטל מוז בכלל האבן אן ארטיקל ביי אונז? לדעתי זאל מען טאקע אויספארעמען דעם ארטיקל זיך צו צענטרירן איבער דער היסטארישער חרן, און דעם היינטיגן חאראן דערמאנען בלויז פאסיוו אלס מעגליכער ארט פונעם היסטארישן. —תנא קמא 📖 💬 10:10, 1 נאוועמבער 2023 (UTC)ענטפער[ענטפער]
פאוואליע! די אלע אלגעמיינע היסטארישע דעטאלן זענען אויך געשען אין חרן, וואס חאראן איז נאר א פאסיווע מעגליכע ארט וואו דאס איז? אדער ווילסטו אויך ארויסשניידן די אלגעמיינע היסטארישע דעטאלן? (אדער נאר דערמאנען פאסיוו?...) — צמא לדעתשמועס • י"ז חשון ה'תשפ"ד 10:29, 1 נאוועמבער 2023 (UTC)ענטפער[ענטפער]
וואס איז געשען אין חרן איז געשען אין חרן, וואס איז מעגליך געשען אין חרן האט פארשטייט זיך אויך א פלאץ אין חרן. עפעס וואס האט שייכות נאר מיט חאראן, זענען דא גענוג שטעט אויף די מאפע צו מאכן ארטיקלען פאר זיי. פעלט בכלל נישט אויס. —תנא קמא 📖 💬 10:32, 1 נאוועמבער 2023 (UTC)ענטפער[ענטפער]
אלע (אדער כמעט אלע) אלגעמיינע דעטאלן אין ארטיקל זענען זיכער געשען אין חאראן, וואס איז שטארק מעגליך חרן. דאס רעכנט אריין אור-אלטע היסטאריע ביז היינטיגע בירגערמייסטערשאפט. זיכער געשען אין חרן איז נאר וואס שטייט אין די תורה. דאס טייטשט אז דו גייסט אלעס ארויסשניידן?
לדעתי איז פשוט אז אדער לאזט מען דעם ארטיקל בערך ווי עס איז (הגם טאקע מיט געבן א שטערקערע דגש פאר חרן פון תנ"ך, ווי דו האסט שוין אנגעהויבן), אדער שאפט מען יא דעם חאראן ארטיקל. עס זענען נישט פארהאן "גענוג שטעט אויף די מאפע" וועלכע זענען אזוי מערקווירדיג און האבן געשפילט אזא היסטארישע ראלע (אנדערש ווי חורן נעבן רמת הגולן) און פיגורירן אויך פראמינענט - שטארק מעגליך - אין תנ"ך (אנדערש ווי ליידן). — צמא לדעתשמועס • י"ז חשון ה'תשפ"ד 10:50, 1 נאוועמבער 2023 (UTC)ענטפער[ענטפער]
צוריק צו "חרן" בלאט.