רוי:דזשארדזש ה. וו. בוש

אמעריקאנער פרעזידענט
ווערסיע פון 04:16, 1 נאוועמבער 2023 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "דזשארזש" ב־"דזשארדזש")
דזשארדזש וואקער בוש
George H. W. Bush, President of the United States, 1989 official portrait (cropped).jpg
דער 41סטער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן
איינגעשוואוירן: 20טן יאנואר 1989
ביז: 20טן יאנואר 1993
פארגייער: ראנאלד רעיגען
נאכפאלגער: ביל קלינטאן
געבוירן: 12טן יוני 1924
געבורט ארט: מילטאן, מאסאטשוסעטס
ערשטע פרוי: בארבארע בוש
פארטיי: רעפובליקאנער
וויצע פרעזידענט: דען קוועיל
אונטערשריפט: George Bush signature.gif

דזשארדזש הערבערט וואקער בוש (דעם 12טן יוני 1924 – 30סטן נאוועמבער 2018) איז געווען דער 41טער אמעריקאנער פרעזידענט, און פארדעם דער 43סטער וויצע־פרעזידענט אונטער ראנאלד רייגען. ער איז א רעפובליקאנער, און ווערט באטראכט נישט אלס צו עקסטרעם, פון די קאנסערוואטיווע, נאר אלס א מיטל מעסיגער, נישט רעכטס און נישט לינקס.

בוש איז געשטארבן ביי זיך אין שטוב דעם 30סטן נאוועמבער 2018, אלט 94.

זיין געבורט און זיין עקספערטיז ביז ווערן פרעזידענט

דזשארדזש הערבערט בוש האט אונטער זיך א לאנגע קאריערע פון דינען דעם אמעריקאנער פובליק. זיין פאטער איז געווען א סענאטאר פון קאנעטיקעט, ער האט אנגעהויבן אלס זיבעצען יעריגער פילאט ביי דער צווייטער וועלט קריג, זיין קריגס ערפאלאן איז אראפגעשאסן געווארן אינמיטן די קריג מיט די יאפאנעזער ער האט העלדיש פארטיידיגט זיך און זיינע חברים, דערנאך איז ער געווען א קאנגרעס מאן, אין די צייטן פון פרעזידענט ניקסאן איז ער געווען דער אמבעסאדאר פון כינע וואס איז אין יענע צייט באטראכט געווען פאר זייער א האקעלע שטעלע, צוליב דעם וואס אמעריקא האט דאן איינגעשטעלט געהעריגע קאמוניקאציע מיט די קאמוניסטישע כינע און דערמיט געשלאגן פאלטישין קאפיטאל קעגן רוסלאנד. דערנאך איז ער געווען דער הויפט פון דער רעפובליקאנער פארטיי אין די צייטן פון וואטערגעיט, וואס איז אויך דאן געווען זייער א האקעלע צייט, צוליב דעם וואס די ראפובליקאנער האבן דאן געליטן אסאך פון די נישט לעגאלע שטיק פון ניקסאן און זיין שטאב, ער איז אויך געווען א שטיק צייט די שטאב הויפט פון פרעזידענט פארד, און דערנאך געווען א שטיק צייט די הויפט פון די סי. איי. עי.

מיט די אלע עקספערטיז האט ער זיך געשפירט גענוג שטארק, און ווען פרעזידנעט רעיגען איז געלאפן אין 1980 פאר פרעזידענט איז ער געלאפן קעגן אים, ער האט נישט אזוי מצליח געווען קעגן רעגען, אבער אזויפיל האט ער אויפגעטוהן אז רעגעם האט אים גענומען דערנאך פאר זיין מיטלויפער אלס וויצע פרעזידענט, ער איז געווען אכט יאר ווייס פרעזידענט אין ווייסן הויז אונטער רעגען.

מיט נאך אכט יאר עקספערטיז אין ווייסן הויז האט ער זיך געשפירט נאך שטארקער, און ווען רעגען איז געווארן אויס פרעזידענט אין 1988 האט ער מחליט געווען אז עס איז זיין צייט צו זיין פרעזידענט, ער איז געלאפן אין די רעפובליקאנער פארטיי קעגן באב דאול, און האט געוואונען די רעפובליקאנער נאמינאציע.

זיין קאמפיין

ער איז געלאפן אין די נאצינאלע וואלן קעגן דער דעמקראטישער פארטיי אין שפיץ פון מייקל דוקאקיס דער גאווערנאר פון מאסאטשוסעטס, עס איז אים געלוגנען אראפצומאלן דוקאקעס אלס א ליבאראלער דעמאקראט, געווען איז דאס ווען מען האט אויסגעפינען דעם קעיס פון ווילי הארטאן, א מערדער וואס האט געהרגעט זיינע נאנטע מענטשן, נאכדעם וואס מען האט אים איינגעשפארט האט אים דער גאווערנער דוקאקעס באפרייט און דער מערדער האט גראד דערנאך נאך איינעם גע'הרג'ט. דאס האט די בוש קאמפיין גוט צושמירט אויף די מידיא און דוקאקיס האט אנהגעהויבן אויס צו זעהן ווי איינער וואס איז נישט שטארק קעגן מערדער.

אין יענער צייט האט א רעפארטער געפרעגט דוקאקיס אויב איינער הרג'עט זיין אייגענע ווייב וואס וואלט ער געטוהן פאר יענעם, האט דוקאקיס גענטפערט ער וואלט זיך געפירט אזוי ווי די געזעץ און וואלט נישט באשטראפט דעם מערדער מער ווי דער אמעריקאנער געזעץ זאגט פאר, אבער דער גאווערנער האט עס ארויסגעברענגט זייער קאלט, עס האט אויסגעזען פון זיינע ווערטער ווי ער האט נישט מיטלייד מיט זיין ווייב וואס איז געווארן געמארדעט, דאס האט אויך צו געשפילט אז די אמעריקאנער גאס האט דערפון געזעהן אז דוקאקיס האט נישט קיין מיטלייד מיט די געליטענע.

די בוש לאגער האט דאס גוט אויסגענוצנט, אויך מיטן פאקט אז אין יענע צייט אין די רעגען עפאכע, איז די אמעריקאנער גאס געווען באגייסטערט פון פרעזידענט רעגין מיט זיינע טאלאנטן, עס האט געבלאזן א גייסט פון "רעגעניזם", די אלע זאכן האט געהאלפן און דזשארדזש הערבערט וואקער בוש איז געווארן פרעזידענט.

אלס פרעזידענט

דזשארדזש הערבערט וואקער בוש האט געדינט פון * 20טן יאנואר 1989 ביז * 20טן יאנואר 1993

אלס פרעזידענט איז ער אויך נישט געווען אזוי קאנסערוואטיוו ווי רעגען.

אין יאר 1990 האט ער געפירט אמעריקא אין א מלחמה קעגן איראק, דאס ווערט גערופען די ערשטע מלחמה מיט איראק, ער האט דאן באוויזן מיט זיינע אינטערנאציאנאלע פארבונדוגנען אז זייער אסאך רעגירונגען זענען מיטגעשטטאנען מיט אמעריקא קעגן די איראקער רעגירונג. און אמעריקע האט פארטריבן די איראקער סאלדאעטן פון קוועיט.

ער האט נאמינירט צוויי הויפט ריכטער צום העכסטען געריכט סופרים קאורט, איינער איז דער ערשטער שווארצער אויף דעם שטעלע.

פון זיינע אויפטואונגען וועט געדענקט ווערן.

בוש האט באשטימט די פאלגנדע ריכטער צום העכסטן געריכט פון די פאראייניגטע שטאטן:

פארלוירן די צווייטע וואלן

די עקאנאמיע איז דאן נישט געווען צו גוט אין אמעריקא, און פיהר יאר שפעטער האט זשארזש הערבערט וואקער בוש פארלוירן די וואהלן קעגן דעם יונגערן און בעסערן קאמפיינער ביל קלינטאן.

דער קאנגרעס און דער סענאט זענען געווען אין די הענט פון די דעמאקראטען, זיי האבן אים געטיילט צרות אויף טריט און שריט. איינע פון זיינע צוזאגן ווען ער איז געלאפען פאר פרעזידענט איז געווען ער וועט קיינמאהל נישט הייבן קיין שטייער, ער האט זיך באקאנט געמאכט מיט זיין פרעיז "די קאנגרעס וועט מיך דרוקן איזך זאל הייבן שטייערן אבער איך וועל קיינמאל נישט הייבן שטייערן" צום סוף ווען די עקאנאמיע איז געווארן שוואך, האט ער יא געהויבן שטייערן, דאס האט אויפגערעגט אסאך קאנסערוואטיווע.

די משפחה

זיין ווייב איז בארבארא בוש, זי איז זייער רעספעקטפול ביי דער אמעריקאנישער גאס, אפילו אין די צייטן וואס איהר מאן בוש איז נישט געווען פאפולער איז זי געהאלטן געווארן חשוב, זי ווערט באטראכט ווי איינע וואס איז אלט מאדיש, און ציט צוריק צו די אמאליגע וועלט און די אמאליגע מעטאדן פון בילדונג.

זיי האבן א טאכטער און צוויי זין.

די טאכטער איז ?

דער ערשטער זון איז דער 43טער פרעזידענט דזשארדזש וואקער בוש. ער האט אמאל געזאגט אז ער איז געלאפען און געוואונען די גובערנאטאר פון טעקסעס כדי זיך אפרעכענען מיט דער דעמאלטסדיגער גאווערנאערקע ען ריטשארדס וואס האט געהאלטן א פייערעדיגע דרשה קעגן זיין טאטע. און איז געלאפן פאר פרעזידענעט און געוואונען כדי צוריק צו ברענגען כבוד פאר זייער משפחה וואס האט פארלוירן די פרעזדיענעטשאפט.

דער צווייטער זון איז דזשעב בוש דער געוועזענער גובערנאטאר פון דעם שטאַט פלארידע, ער איז זייער פאפולער אין פלארידע און ביי דער גאנצער רעפובליקאנער פארטיי, ער האט געוואונען צוויי מאל דעם גובערנאטארישן שטול.

זיין לעבן נאכן זיין פרעזידענט

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!