חֹק לישראל (אדער אין קורצן: "חק") איז אן אויסגעשטעלטן טעגליכע סדר צו לערנען תנ"ך, משנה, גמרא און נאך, אויסגעשטעלט אויף די סדר פון די וועכנטליכע פרשת השבוע.

די תקנה

די תקנה פון די טעגליכע סדר החק האט אוועקגעשטעלט רבי חיים וויטאל, ווי ער שרייבט דערויף אין הקדמה צום חק: ”סדר עסק התורה שהאדם חייב לקרוא בכל יום בקביעות, בסוד קביעת עתים לתורה”. ער האט דאס אוועקגעשטעלט לויט ווי זיין רבי, דער אר"י האט זיך געפירט צו לערנען טעגליך, לויט ווי עס ווערט געפאדערט פון יעדן מענטש אין הלכות תלמוד תורה[1], צו לערנען פון תורה, נביאים, און כתובים, און אזוי אויך משנה און גמרא, און די סדר נעמט ארום די אלע חלקי התורה.

עס זענען פארהאן וואס האבן מקפיד געווען צו לערנען די חק גלייך נאך תפילת שחרית טעגליך מיט די טלית און תפילין[2], ווי דער אר"י האט זיך געפירט.

אין צייט וואס פאר מערערהייט בעלי בתים איז די חק לישראל געווען די איינציגסטער סדר לימוד דורכאויס די טאג, פון צווייטן זייט ביי די תימנ'ער אידן האט מען נישט געלערנט משנה און גמרא נאר די סדר פון חק לישראל[מקור פארלאנגט].

ביי די ספרדים איז זייער שטארק אנגענומען געווארן די סדר פון חק, אין צייט וואס אויך ביי די חסידים איז דאס גאר שטארק[3], אזוי שרייבט רבי לוי יצחק פון בארדיטשוב אין זיין הסכמה צום דרוק פון חק אז ”מצווה גדולה להגות בו תמיד בכל יום בבוקר בבוקר לקיים מצות קביעות התורה”. דער שינאווא'ער רב האט אנגעהאנגען אין דעם סדר לימוד גרויסע סגולות אויף פרנסה געבויט אויף וואס די גמרא[4] זאגט: "חוק - לישנא דמזוני הוא". רבי יואל פון סאטמאר האט געזאגט אויף זיך אז די כח צו ענטפערן אויף פראגעס די גאנצע טאג, שעפט ער פון די לערנען חק[מקור פארלאנגט]. און רבי יהושע פון בעלזא האט אפגעזגט פון אויפנעמען געסט, ביז ווי לאנג ער האט נישט געענדיגט דעם טעגליכן חק. אזוי אויך אין חצרות קארלין, טשערנאביל, וויזשניץ און נאך איז די סדר געווען גאר אנגענומען. דער קיצור שלחן ערוך שרייבט: ”מִי שֶׁאֵינוֹ יָכוֹל לַעֲשׂוֹת תּוֹרָתוֹ קֶבַע, אֶלָּא שֶׁהוּא קוֹבֵעַ עִתִּים לַתּוֹרָה . . . אַשְׁרֵי מִי שֶׁיֵּשׁ לוֹ חֹק קָבוּעַ וְלֹא יַעֲבֹר, לִלְמֹד בְּסֵפֶר "חֹק לְיִשְׂרָאֵל" דְּבַר יוֹם בְּיוֹמוֹ"”[5].

אזוי אויך האט רבי חיים וויטאל געשריבן כונות וואס מדארף אינזין צוהאבן ביים דאס לערנען, און תפילות וואס מדארף צו בעטן בעפאר דאס לערנען יעדער שטיקל פון התורה, נביאים, כתובים, משנה, גמרא, הלכה און זוהר.

אויסשטעל

די סדר איז אויסגעשטעלט לויט די טעג, פון זונטאג ביז דאנערשטאג ווי פאלגנד:

  • תורה - ווערט געלערנט פסוקים פון די וואכעדיגע סדרה. די צאהל פסוקים איז ווי א טאג: זונטאג און מיטוואך - זעקס פסוקים, מאנטאג - פיר פסוקים, דינסטאג און דאנערשטאג - פינף פסוקים, אוועקגעשטעלט לויט די שם 'הוי"ה', זונטאג זעקס פסוקים און מאנטאג פיר, וואס צוזאם איז צען וואס איז די 'י', דינסטאג פינף וואס איז די 'ה', מיטוואך זעקס וואס איז די 'ו', און דאנערשטאג פינף וואס דאס איז די צווייטער 'ה'. צו דעם לייגט מען צו נאך זעקס און צוואנציג פסוקים ליל ששי (אויב זענען פארהאן אזוי סאך אין די פרשה) וואס דאס איז די צאהל פון גימטריא פון דעם שם 'הוי"ה', און פרייטאג ענדיגט מען צו אלע פסוקים וויפיל ס'זענען נאך פארבליבן ביז די ענדע פון די סדרה.
דאס לערנען פון די פסוקים פון תורה גייט אהן אויף די גאנג פון שנים מקרא ואחד תרגום, און פרייטאג די גאנצער סדרה שנים מקרא ואחד תרגום[6].
  • נביאים - ווערט געלערנט פסוקים פון די וואכעדיגע הפטורה (צומאהל ווערן צוגעלייגט אפאר פסוקים בעפאר אדער דערנאך), די זעלבע צאהל ווי די טאגיגע תורה פסוקים.
  • כתובים ווערט געלערנט די זעלבע צאהל ווי די טאגיגע תורה פסוקים. אין פרשיות בראשית ביז נשא פסוקים פון ספר משלי, אויף דעם סדר, יעדן טאג ווייטער פון וואו מ'האט זיך אפגעשטעלט די נעכטיגע טאג, פון אנפאנג ספר ביז צום ענדע (אויסער די פינף לעצטע פסוקים), און אין פרשיות בהעלותך ביז וזאת הברכה פון ספר תהלים לויט די טאג, ד. ה. זונטאג ספר ראשון, מאנטאג ספר שני אא"וו, ווי מ'גייט יעדער וואך ווייטער דארט ווי מ'האט זיך אפגעשטעלט פארגאנגענעם וואך.
  • משניות - ווערט געלערנט יעדן טאג פון אן אנדערן סדר: זונטאג סדר זרעים, מאנטאג סדר מועד אא"וו, יעדן טאג איין פרק משניות.
  • גמרא - א שטיקל גמרא, בדרך כלל אגדה, אויף די פרק משניות וואס מהאט היינט געלערנט. זונטאג נאך וואס מ'ענדיגט מסכת ברכות און מלערנט ווייטער מסכתא'ס וואס סאיז נישט פארהאן אויף דעם קיין גמרא בבלי לערנט מען יעדן וואך א שטיקל פון מסכת ברכות סדר זרעים, און אזוי אויך פרייטאג וואס מלערנט יעדן וואך א שטיקל פון מסכת נדה.
  • זוהר - א שטיקל פון זוהר אויף די וואכעדיגע סדרה. אין פרשיות מטות ביז דברים איז א שטיקל וואס רעדט איבער עניני חורבן בית המקדש און די גלות, פרשיות ראה ביז וילך איז א שטיקל וואס רעדט איבער מצוות תשובה, ראש השנה און יום כיפור, פרשת וזאת הברכה איז א שטיקל וואס רעדט איבער'ן יום טוב סוכות.

יוסף לחק

אויף די דאזיגע סדר פון אר"י האט צוגעלייגט דער חיד"א צו לערנען טעגליך אויך א שטיקל פון הלכה און מוסר, און האט דאס אנגערופן מיטן נאמען "יוסף לחק"[7].

  • הלכה - ווערט געלערנט אין פרשיות בראשית ביז וירא פון שולחן ערוך, און אין פרשיות חיי שרה ביז וזאת הברכה פון רמב"ם. נישט אויף א קלארן אוועקגעשטעלטן סדר, טראץ וואס צומאהל איז דאס אנגעבינדן מיט די סדרה פון די וואך, אדער צום דאטום.
  • מוסר - איז צונויפגעשטעלט פון עטליכע אור-אלטע ספרי מוסר, צומאהל איז די טאג די ענדע פון די נעכטיגע שטיקל, אדער צומאהל איז דאס געבינדן מיט די וואכעדיגע סדרה אדער די דאטום[8].

נאך האט דער חיד"א צוגעלייגט אין ראם פון יוסף לחק א סדר לימוד פאר פרייטאג נאך די שניים מקרא ואחד תרגום פון די גאנצע וואכעדיגע סדרה, ווי פאלגנד:

  • משניות - ווערט געלערנט פון סדר טהרות.
  • גמרא - א שטיקל גמרא, בדרך כלל אגדה, אויף די פרק משניות וואס מען האט היינט געלערנט, און נאך די ענדע פון מסכת נדה לערנענדיג די אנדערע מסכתות, גייט ווייטער אהן א שטיקל פון גמרא נדה, צוליב וואס ס'איז נישט פארהאן קיין גמרא אויף זיי.
  • זוהר - א שטיקל פון זוהר אויף שבת.
  • הלכה - ווערט געלערנט און מערהייט וואכן פון הלכות שבת.

נאך צוגעהער

די אנגענומענע דרוק איז פארהאן אויך פירוש רש"י אויף תנ"ך און גמרא, פירוש רבי עובדיה מברטנורא אויף די משניות, און זוהר אויף א לייכטע לשון הקודש.

אין סדר החק געדרוקט דורך עוז והדר פאר מפעל החק העולמי האבן זיי צוגעלייגט נאך טעגליכע לימודים ווי פאלגנד:

  • אור החיים - א שטיקל פון ספר אור החיים אויף די וואכעדיגע סדרה.
  • ספר מצוות ה' - די צאהל פון די מצוות, א פאר מצוות יעדן טאג, לויט דעם סדר.
  • שולחן ערוך הרב אין דערויף די ענליכע פסקים פון משנה ברורה.

זעט אויך

ליינט מער

דרויסנדע לינקס

רעפערענצן

  1. משנה תורה לרמב"ם, הלכות תלמוד תורה, פרק א', הלכה י"א.
  2. בדרך כלל רבינו תם'ס תפילין.
  3. זעה אין מגן אברהם-טריסק און נאך.
  4. ביצה טז, א.
  5. רבי שלמה גאנצפריד, קיצור שולחן ערוך.
  6. רבי חיים וויטאל אין זיין הקדמה.
  7. וואס שפילט אויף צוויי אפקלאנגען, סיי צוגעלייגט אויף די חק, וואס דאס איז טאַקע וואָס ער האט געטאן דערמיט, און אויך זיין נאמען 'יוסף' וועט דערמאנט אין דעם.
  8. ווי צום ביישפיל, אין די שובבי"ם וואכן איז די טעמע איבער פגם הברית און שמירת הברית.