רוי:שארל דע גאל

ווערסיע פון 23:26, 26 אקטאבער 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "{{דעסקריפציע||ענגליש=" ב־"{{דעסקריפציע||ענגליש = ")
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
שארל דע גאל

שארל דע גאל (22סטן נאוועמבער 1890 - 9טן נאוועמבער 1970) איז געווען א פראנצויזישע שטאאטסמאן, גענעראל, פרעזידענט, און פרעמיער מיניסטער.

פריערדיגע יארן

שארל דע גאל איז געבוירן דעם 22סטן נאוועמבער 1890 אין לילע, פראנקרייך, צו א רייכער אריסטאקראטישער פאמיליע. ער האט געלערנט אין פאריז אין שולע, אויך אין בעלגיע, זיין אינטערעס איז געווען היסטאריע. אין יאר 1912 האט ער זיך איינגעשלאסן אין דער פראנצויזישער ארמיי, און ביי דער ערשטער וועלט מלחמה איז ער געווען א זעלנער אין דער פוסגייער אפטיילונג. ער איז פארווונדעט געווארן, און געפאלן אין געפענגעניש, צו דער דייטשער ארמיי.

ביי דער ענדע פונעם קריג, איז ער געשיקט געווארן קיין פוילן, ווי ער האט געדינט אלס אינסטרוקטאר, פאר דער נייער פוילישער ארמיי, אין זיין קריג קעגן רוסלאנד, און ער האט באקומען די העכסטע פוילישע אויסצייכענונג.

צווישן די צוויי וועלט מלחמות

נאכדעם האט ער זיך אומגעקערט קיין פראנקרייך, און זייענדיק א מיליטער מאן, האט ער פארלאנגט פון פראנקרייך, אויפצושטעלן א מאדערניזירטע מעכאניזירטע מיליטער, זאגנדיק אז דאס וועט זיין די קומענדיגע מלחמה, די אנדערע מיליטערישע, און פאליטישע פירער, האבן נישט איינגעשטימט מיט דע גאלס מיינונגען, און זיי האבן געהאלטן פון דער מאזשינא ליניע, פון זיך באפעסטיגן אויף איין פלאץ. דע גאל איז געווען א קאמאנדיר פון א טאנקען בריגאדע אין די יארן צווישן די מלחמות.

די צווייטע וועלט מלחמה

ביים אויסבראך פונעם קריג, איז ער געווען א קאלאנעל (פאָלקאווניק). נוצנדיג זיינע טאקטיקן, האט ער אטאקירט א דייטשע טאנקען קארפאס, אן הילף פון די לופט, ער האט באזיגט די דייטשן, אין איינעם פון די געציילטע ניצחונות וואס פראנקרייך האט אפגעהאלטן, דערנאך האט פאועל ריינאד, אים געשטעלט אלס וויצע סעקרעטאר, פארן זיכערהייט און קריגס מיניסטעריום, און אלס פארבינד פארן פאראייניגטן קעניגרייך. ווען פראנקרייך האט קאפיטולירט, האט ער זיך קעגנגעשטעלט קעגן יעדע סארט שוואכקייט, און האט אויפגעשטעלט די פרייע פראנקרייך רעגירונג אין גלות, וואס האט זיך געפונען אין לאנדאן, און האט באקומען אנערקענונג פון די אליאירטע, צוביסלעך האט ער אנגעפאנגען אויפשטעלן, די פראנצויזישע פרייהייט ארמיי.

אין 1944 איז ער זיגרייך אריין אין פאריז, באפרייענדיג פראנקרייך פון די נאציס, און דער ווישי רעגירונג, און ער איז געווארן צייטווייליגער פרעזידענט. אויפשטעלנדיק די פראנצויזישע ארמיי, און אטאקירנדיג דייטשלאנד, איז פראנקרייך פאררעכנט געווארן ווי א טייל פון די אליאירטע, און ווען דייטשלאנד איז צוטיילט געווארן, איז איינע פון די זאנעס געווען אונטער פראנקרייך.

נאך דער מלחמה

דע גאל האט רעזיגנירט אין 1946, ביים אויפשטעלן די פערטע פראנצויזישע רעפובליק, די קאנסטיטוציע וואס ער האט געשטיצט איז דורכגעפאלן, אין 1958 ביים אלזשיר קריג, איז ער צוריק געווארן פרעזידענט, און דאס האט געברענגט צו דער פינפטער פראנצויזישער רעפובליק. זיין געשטיצטע קאנסטיטוציע איז אדאפטירט געווארן, נאך א רעפענדערום, ווי כמעט אכציג פראצענט פון די באפעלקערונג האט עס געשטיצט.

צוריק קומענדיג צו דער מאכט, האט ער ארויסגענומען די מיליטער פון אלזשיר, און פון אינדא-כינע, ער האט אויפגעשטעלט די אייראפעאישע עקאנאמישע געמיינדע, (EEC), דער פאטער פונעם אייראפעישן פארבאנד, שטעלנדיק עס ווי א וועטא קעגן ענגלאנד און אמעריקע, ער איז ארויס פון דער נאטא, און ער האט אונטערגעשריבן, א פריינטשאפט דעקלעראציע צווישן דייטשלאנד און פראנקרייך.

זיינע עקאנאמיע פלענער האבן געברענגט פראנקרייך צו א שטארקייט, און זיי זענען איבערגעשטיגן ענגלאנד, זענדיג ענגלאנד ווי א בלינדער שליח פון אמעריקע, האט ער פיינט געהאט ענגלאנד, און דעריבער זיך געגנגעשטעלט, דאס אריינעמען ענגלאנד, אין דער ע ע צע.

פראנקרייך איז געווארן א נוקלעארע גרויסמאכט, זייענדיק דאס פערטע לאנד אין דער וועלט, און דאס דריטע לאנד אין דער וועלט צו שפאלטן דעם אטאם.

ער האט פארגעזעצט מיט די פריינטשאפט מיט ישראל, רוב פון די געווער פון צה"ל, איז געווען פון פראנקרייך, עס האט אנגעהאלטן ביז דער זעקס טעג מלחמה.

זעקס טעג מלחמה

נאכדעם וואס ישראל האט אטאקירט, די אראבישע לענדער אינעם מיטל מזרח, האט פראנקרייך ארויפגעלייגט אן עמבארגא אויף ישראל, מיליטערישע שיפן וואס ישראל האט געבויט אין פראנקרייך, האבן נישט געקענט ארויס פארן צוליבן עמבארגא, אין א ספעציעלע אקציע פון די מיליטער, זענען די שיפן ארויס פון די פראנצויזישע האפן, און געברענגט געווארן קיין חיפה, דאס האט כמעט איבערגעריסן, די דיפלאמאטישע באציונגען, צווישן די צוויי לענדער, זייט דעמאלט, איז פראנקרייכס פאליטיק, גענייגט צו די אראבער.

קוועבעק קאנטראווערסיע

שטיצנדיק פראנצויזישע נאציאנאליזם, איז ער געקומען קיין מאנטרעאל, קאנאדע, אין 1967, און פון דער שטאטראט געביידע האט ער אויסגערופן, לעבן זאל די פרייע קוועבעק, אויסרופנדיק א שטורעם אין קאנאדע, אז ער מישט זיך אריין אין אינערליכן קאנאדע פאליטיק.

אין 1968 האט ער רעזיגנירט, און איז צוריק צום פריוואטן לעבן, און נישט וועלנדיג באקומען די פענסיע, וואס קומט זיך פאר א פרעזידענט, האט ער געמוזט פארקויפן טייל פון זיין פארמעגן, ער האט באקומען פענסיע ווי א קאלאנעל פון דער ארמיי.

אין 1970 איז ער פלוצים צאמגעפאלן, פאר אן אינטערוויו אויף דער טעלעוויזיע, און ער איז געשטארבן דעם 9טן נאוועמבער.

דאס גרעסטע פליפעלד אין פראנקרייך, לעבן פאריז, הייסט אויף זיין נאמען.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!