רוי:סקווירא

ווערסיע פון 20:22, 26 אקטאבער 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "{{דעסקריפציע||ענגליש=" ב־"{{דעסקריפציע||ענגליש = ")

סקווירא (סקווער; אוקראיניש: Сквира; רוסיש: Сквира) איז א שטעטל אין קיעווער אבלאסט, צענטראלע אוקראינע. סקווירא האט א באפעלקערונג פון בערך 18,000 און א שטח פון 6,328 קוואדראט ק"מ.

היסטאריע

אין 1736, ווערט סקווירא דערמאנט אלס דארף וואס א איד האט גענומען אין ארענדע. אין 1789, האבן געוואוינט דארטן 37 יידישע הויזגעזינד, פון 197 אינגאנצן. אין 1847, האבן געוואוינט דארט 2,184 אידן. די אידן אין סקווירא האבן געהאנדלט מיט תבואה. אין 1897, האבן געוואוינט 8,910 אידן אין סקווירא, אומגעפער 49.5% פון דעם שטעטל'ס באפעלקערונג.

אונטער די סאוועטן האט מען אוועקגעמאכט די אידישע קהילה. ביים צווייטן וועלט קריג האט די דייטשע ארמיי איינגענומען דאס שטעטל אום סעפטעמבער 1941. בערך 1,000 זענען דערמארדעט. אין די סוף 1960ער יארן, איז די אידישע באפעלקערונג געווען 500.

רבי יצחק טווערסקי, א זון פונעם טשערנאבילער מגיד, האט זיך באזעצט אין סקווירא, ווייל דארט האט געוואוינט די משפחה פון זיין שווער בזיווג שלישי, ר' נפתלי צבי פון סקווירא, דעריבער האט ר' איציקל דארט אויפגעשטעלט זיין הויף דארט.

דער סקווערער הויף גייט נאך אן היינט, און איז הויפטקווארטירט אין שיכון סקווירא, ניו יארק, אונטער רבי דוד טווערסקי.

 
דער סקווערער בית מדרש - באנייט אין 2004.

זעט אויך

49°43′N 29°40′E / 49.717°N 29.667°E / 49.717; 29.667  

דרויסנדע לינקס

  • nachshen.com - אינפארמאציע וועגן דעם שטעטל
  • mrt5.com - בילדער פון סקווירא

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!