רוי:מסכת פסחים

ווערסיע פון 19:41, 26 אקטאבער 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "{{דעסקריפציע||ענגליש=" ב־"{{דעסקריפציע||ענגליש = ")

מסכת פסחים איז די דריטע מסכתא אין סדר מועד (דער צווייטער סדר אין משניות).

די ערשטע דריי פרקים באהאנדלען דינים פון דעם איסור פון חמץ אום פסח; דער פערטער פרק רעדט וועגן די איסור מלאכה ערב פסח; די פרקים ה' ביז ט' באהאנדלען עניינים פונעם קרבן פסח; און דער צענטער פרק רעדט אויס די דינים פונעם "סדר" די נאכט פון פסח.

דער נאמען פון דער מסכתא איז "פסחים" אין מערצאל אבער נישט "פסח" איינצאל. אויף דעם ווערט דערמאנט פארשידענע טעמים:

א. די מסכתא באהאנדלט די דינים פון צוויי ימים טובים פסח - פסח ראשון און פסח שני

ב. די מסכתא איז געווארן געמאכט פון צוויי מסכתות. די ערשטע מסכתא האט כולל געווען די דינים וועגן דעם קרבן פסח (פרקים ה'-ט') אין דער צייט ווען ס'איז געווען א בית המקדש, און די צווייטע מסכתא האט באהאנדלט די דינים פון חמץ און די סדר נאכט וואס זענען נאך רעלעוואנט אויך נאכן חורבן (די אנדערע פרקים).

דער רמב"ם שרייבט אז דערפאר איז עס איינס נאך שבת, ווייל דאס איז פון די ערשטע מצוות וואס איז געגעבן דעווארן דורך משה רבינו.

דפים

  • תלמוד בבלי אנטהאלט קכא בלעטער.
  • ירושלמי איין-און-זיבעציג

נעמען פון די פרקים (קאפיטלעך) אין דער מסכתא

  1. אור לארבעה עשר - זיבן משנה'ס
  2. כל שעה - אכט משנה'ס
  3. אלו עוברין - אכט משנה'ס
  4. מקום שנהגו - ניין משנה'ס
  5. תמיד נשחט - צען משנה'ס
  6. אלו דברים - זעקס משנה'ס
  7. כיצד צולין - דרייצן משנה'ס
  8. האשה - אכט משנה'ס
  9. מי שהיה - עלף משנה'ס
  10. ערבי פסחים, ווערט אויך גערופן ערב פסחים - ניין משנה'ס


וועב


דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!