רוי:חיים נחמן ביאליק

ווערסיע פון 10:44, 22 נאוועמבער 2022 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)
חיים נחמן ביאליק אין 1923
ביאליקס הויז תל אביב 2015

חיים נחמן ביאַליק (י' טבת ה'תרל"ג - ווין כ"א תמוז ה'תרצ"ד ; 9טן יאנואר 1873 - 4טן יולי 1934) איז געווען א נאציאנאלער דיכטער. ער איז געווען א גרויסער שרייבער, רעדאקטאר, און איבערזעצער, וואָס האָט א סך משפיע געווען אויף דער ישראלישער קולטור. גרויסע קאָמפאזיטאָרן (ווי מיקי גבריאלוב און נורית הירש) האָבן געמאכט פון א גרויסן טייל פון זײַנע דיכטונגען מעלאדיעס.

ביאָגראפיע

ביאליק איז געבוירן געוואָרן אין ראדי בײַ זשיטאָמיר אין וואָלין, (הײַנט אוקראינע) י' טבת תרל"ג. אין זײַן יוגנט האָט ער געלערנט אין וואָלאָזשינער ישיבה אונטער דעם נצי"ב. דאָרט האָט ער אָנגעשריבן די פאָעמע "אל הצפור" אין יאָר ה'תרנ"א (1891). אין זײַנע שפּעטערע יאָרן, בײַ די צײַטן פון די משכילים האָט ער פארלאָזט די יידישקייט. אין זײַן פּאָעמע "על השחיטה" (וואָס באשרײַבט קעשענעוו פאָגראָם) שרײַבט ער זייער שארף:

  • וְאִם יֶשׁ-צֶדֶק – יוֹפַע מִיָּד! (אויב איז דאָ אויף דער וועלט גערעכטיקייט, זאָל עס דערשײַנען באלד!)
  • אַךְ אִם-אַחֲרֵי הִשָּׁמְדִי מִתַּחַת רָקִיעַ
  • הַצֶּדֶק יוֹפִיעַ – (אָבער אויב די גערעכטיקייט וועט דערשײַנען נאָך מײַן שטארבן)
  • יְמֻגַּר-נָא כִסְאוֹ לָעַד! (זאָל פארלענדן ווערן דער צדק אויף אייביק!)

א שטיק צייט האָט ער געוואוינט אין בערלין, וואוּ האָט אָנטייל גענומען אין א געמיינדע פון יידישע שרײַבער און פארלעגער ווי שמואל יוסף עגנון, שמעון דובנאוו, ישראל איזידאר עליאשעוו, אורי צבי גרינבערג, יעקב קלאצקין (גרינדער פון "אשכול" פארלאג אין בערלין), משה קולבאק, שאול טשערניכאווסקי.

אין יאָר ה'תרס"ט (1909), בײַ דער צווייטער עליה, איז ער געקומען צום ערשטן מאָל אין ארץ ישראל, אָבער נאָר פון ה'תרפ"ד האָט ער זיך באזעצט וווינען אין תל אביב.

ער איז געווען א גרויסער פארפאסער פון עטלעכע ביכער, אויך א גרויסער שרײַבער אין די לשון–קודשדיקע צײטונגען פון די משכּילים פון פּוילן און ליטע ווי דער הלבנון, הצופה. ער פלעגט זייער א סך שפּעטן פון די פרומע יידן, ער האָט זיי געהאסט און געהאלטן אז זיי זענען שולדיק אין אלץ שלעכטס, באזונדערס האָט ער געהאט גרויסע מיינונג דיפערענצען מיט די חסידי'שע יידן. פרומע יידן פלעגן זיך דערווײַטערן פון זײַנע ארטיקלען.

ביאליק איז נפטר געוואָרן אין ווין, כ"א תמוז תרצ"ד.

װעבלינקען