רוי:גיכקייט

ווערסיע פון 13:35, 26 אקטאבער 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "{{דעסקריפציע||ענגליש=" ב־"{{דעסקריפציע||ענגליש = ")
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

אין פיזיק, איז גיכקייט א מאס וואס באשרייבט די באוועגונג פון א קערפער - דער דיסטאנץ אריבער וואס ער גייט אין אן איינץ פון צייט. מען טוט באצייכענען דעם ווערט מיטן אות "v" וואס הייסט דאס ענגלישע ווארט "velocity". די דימענסיעס פון גיכקייט זענען ווייטקייט/צייט.

אין יידיש ניצט מען דאס ווארט "גיכקייט" מיט צוויי באדייטונגען:

  • א באדייטונג פון גרייס - אין דעם פאל איז גיכקייט א סקאלארע קוואנטיטעט. אין ענגליש הייסט דאס speed.
  • א באדייטונג פון גרייס מיט א ריכטונג - אין דעם פאל איז גיכקייט א וועקטאר קוואנטיטעט. אין ענגליש הייסט דאס velocity.

מען דארף אונטערשיידן צווישן צוויי פעלער פון גיכקייט - דורכשניטליכע גיכקייט און מאמענטאלע גיכקייט.

דורכשניטליכע גיכקייט

די דורכשניטליכע גיכקייט באשרייבט די גיכקייט פון א טיילכעל דורכאויס א געוויסן וועג. ווען א טיילכעל גייט אדורך א וועג   אין דער צייט  , איז זיין דורכשניטליכע גיכקייט דורך דער צייט  . מער בדיוק, אויב אין דער צייט   איז דער קערפער ביי  , און אין   איז ער געווען ביי  , דעמאלסט איז זיין דורכשניטליכע גיכקייט  

די זעלבע דעפיניציע ארבעט פאר דער דורכשניליכער וועקטאר גיכקייט, וואס איז דער וועקטאר וואס הייבט אן דארט ווי די באוועגונג האט אנגעהויבן און האט זיין צווייטן עק ביים ענדפונקט פון דער באוועגונג, צעטיילט מיטן צייטגעדויער פון דער באוועגונג.

די סקאלארע גיכקייט איז די טאטאלע ווייטקייט וואס דאס טיילעכל האט זיך באוועגט צעטיילט מיטן צייטגעדויער פון דער באוועגונג.

איינסן

  • געווענליך מעסט מען גיכקייט אין איינסן פון ק"מ אין א שעה (ק"מ/ש); אין אמעריקע און ענגלאנד אין מייל/שעה.
  • אין דער אינטערנאציאנאלער סיסטעם פון איינסן מעסט מען גיכקייט אין מעטער אין א סעקונדע (מ/ס).

כדי צו פארוואנדלען פון ק"מ/ש צו מ/ס דארף מען צעטיילן מיט 3.6 (ווייל א שעה האט 3600 סעקונדעס און א ק"מ האט 1000 מעטער).

  • ווען מען רעכענט חשבונות אין רעלאטיוויטעט טוט מען מעסטן גיכקייט אין פארהעלטעניש צו דער גיך פון ליכט, ד"ה:   . דאס איז א ריינע גרייס וואס ווענדט זיך נישט אין קיין שום מאס; מיט די איינסן איז די גיך פון ליכט =1.
  • די גיכקייט פון גיכע לופטמאשינען מעסט מען מיט א מאך נומער, וואס איז די פארהעלטעניש צווישן דער גיכקייט פון דער לופטמאשין און דער גיך פון קלאנג אין דעם מיטל.
  דער ארטיקל בנוגע וויסנשאפט איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!