רוי:אימיון-סיסטעם

ווערסיע פון 11:20, 26 אקטאבער 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "{{דעסקריפציע||ענגליש=" ב־"{{דעסקריפציע||ענגליש = ")
א סקענינג עלעקטעראנישער מיקראסקאפ בילד פון אן איינציגער ניוטראפיל (געל), איינעמענדיג א אנטראקס באקאטעריע (אראנזש).

די אימון־סיסטעם איז א קאלעקציע פון ביאלאגישע מעכאניזמען אינערהאלב אן ארגאניזם וואס שיצט און היט אים קעגן אינפעקציעס דורך אידענטיפיצירן און הרג'ענען פאטאגענען.

עס כאפט אויף פאטאגענעס פון אלע סארטן פון ווירוסן ביז צו פאראזיטישע ווערעם און דערקענט זיי פון זייער אנדערשטקייט אז זיי באלאנגען נישט אין די ארגאניזמען נארמאלע צעלן און ביאלאגישער טישו (געוועבע).

די וועג וויאזוי די אימון־סיסטעם כאפט אויף די פרעמדע פאטאגענען איז גאר שטארק קאמפליצירט, וויבאלד די דאזיגע פעטאגענס טוען זיך זייער קונטסליך אדאפטירן און עוואלוציענירן מיט נייע וועגן צו זיך גוט באזעצן אינעם גאסטגעבער ארגאניזם.

כדי צו איבערלעבן דעם נסיון טוט די אימון־סיסטעם אויסנוצן פארשידענע מעכאניזמען וואס האבן זיך אין איר אויך עוואלוציענירט צו דערקענען און מאכן אומשעדליך די פאטאגענען. אפילו פשוט'ע איינצעלער ארגאניזמען וו.צ.ב.ש. באקטעריע האט אין זיך ענזים סיסטעמען וואס טוט זי שיצן און היטן אנטקעגן ווירוס אינפעקציעס.

אנדערע הויפטן אימון מעכאניזמען האבן זיך עוואלוציענירט אין אלטע אויקאריאטעס און פארבלייבן אין זייער מאדערנע אייניקלעך, ווי ביימעלעך, פיש, רעפטיליעס, און אינזעקטן.

די מעכאניזם טוען אריינרעכענען אנטימיקראביעלע פעפטידן וואס ווערט גערופן דעפענסין'ס, פעטערען רעקאגנישען ריסעפטארס, און די קאמפלעמענט סיסטעם.

אבער מער סאפיסטיקירטע מעכאניזםס איז אנטוויקעלט געווארן לעצטענס, מיט דער עוואלוציע פון ווערטעברעיטס.

די אימון־סיסטעם פון ווערטעברעיטס אזאלכע ווי מענטשן איז צוזאמגעשטעלט פון פארשידענע סארטן פון פראטיןס, צעלן, ארגאנען, און טישו, וואס טוען אלע אינטעראקטירן אין א געדרייטע גאר טיפע דינאמישער נעצווערק.

אלס טייל פון א מער קאמפליצירטער אימון ענטפער, די ווערטעברעיט סיסטעם אדאפטירט זיך מיט די צייט צו דערקענען און אויפכאפן די פעטאזשען'ס מער פונטקליך און פארלעסליך.

די אדאפטירונג פראצעס באשאפט אן אימוניטישע זכרון און ערמעגליכט נאך מער עפעקטיווער שוץ דורכאויס די צוקונפטיגע צאםשטויסענישן מיט די דאזיגע פעטאגען'ס.

דאס פראצעס פון אייגן געבויטע אימוניטעט איז די באזיס פון וואקסינירונג.

אומ'סדר ביי דער אימון־סיסטעם קען גורם זיין קרענק.

אימיונאדעפישענסי קרענק געשען ווען די אימון־סיסטעם איז ווייניגער אקטיוו ווי נארמאל, רעזולטירענדיג און נאכאנאנדיגע און לעבן'ס געפאר אינפעקציעס.

אימיונאדעפישענסי קען אדער זיין א רעזולטאט פון גענעטישער קרענק, אזויווי סעוועיר קאמביינד אימיונאדעפישענסי, אדער קען דאס ווערן פראדוצירט פון פארמעסוטיקלס אדער דורך אינפעקציע, ווי עקווייערט אימיון דעפישענסי (עידס) וואס געשענט דורך רעטראווירוס HIV.

אין קאנטראסט, אויטאאימון קרענק געשען פון א היפעראקטיוו אימון סיסטעם אטאקירנדיג נארמאלע טישוס ווי זיי וואלטן ווען געווען דרויסענדע פרעמדע ארגאניזמען.

געווענליכע אוטאאימיון קרענק טוען אריינרעכענען רעמאטויד אטרייטיס, דייעביטיס מעליטוס טיפ 1 און לופס עריטעמאטאסוס.

די דאזיגע קריטישע ראלעס פון אימונאלאגיע אין געזונטהייט און קרענק זענען פעלדער פון אינטענסיווע סייענטיפישע שטודיעס.


מענטשליכע ארגאן-סיסטעמען        

אטעם-סיסטעם - אימיון-סיסטעם - בלוט צירקולאציע - הערן סיסטעם - זען סיסטעם - חוש-סיסטעם - לימפאטישע סיסטעם - פארדייאונג סיסטעם - נערוון סיסטעם - ענדאקרינאלע סיסטעם - פארמערן סיסטעם - מוסקלען

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!