הבל
הֶבֶל איז געווען א זון פון אדם הראשון און חוה.
געבורט | א' תשרי שנת א' |
---|---|
פטירה | א' תשרי שנת ב' |
גיל פטירה | 1 יאר |
בן זוג | צווילינג שוועסטער |
בתנ"ך | בראשית ד |
ביאגרפיע
הבל איז געווען דער צווייטער קינד פון אדם הראשון, א צווילינג ברודער פון קין. און איז געבוירן געווארן צוזאמען מיט נאך צוויי שוועסטערס [1], פרייטאג, די זעקטסע טאג פונעם בריאה[2]. עס איז דא וואס זענען מבאר אז ער האט געהייסן הבל ווייל ער האט געלעבט ווייניג, און אדם אדער חוה האבן אים געגעבן דעם נאמען מיט רוח הקודש[3]; אדער האט ער אים געגעבן דעם נאמען נאכן שטארבן[4]; און עס איז דא וואס זענען מבאר אז הבל איז א נאמען פון חשיבות וואס איז געקומען ווייל ער האט נישט געארבעט מיטן ערד[5].
וויבאלד די ערד איז באשאלטן געווארן ”בעצבון תאכלנה”[6] נאך וואס אדם האט געגעסן פונעם עץ הדעת, האט ער נישט געוואלט ארבעטן מיט די ערד, און האט געארבעט אלץ א פאסטעכער מיט שאף און רינדער[1], אן ארבעט וואס איז שווערער פונעם ערד ארבעט[7].
די קרבן
ווען ער איז געווען א יאר אלט[8] האט ער צוזאמען מיט זיין ברודער קין געברענגט א קרבן פארן באשעפער, קין האט געברענג פלאקס פון זיינע ערד פלאנצונגען, און הבל האט געברענגט די בעסטע פון זיינע שאף, און צו הבל'ס קרבן איז אראפ געקומען א פייער פון הימל, אבער צו קין'ס קרבן איז נישט אראפ א פייער.
קין איז געווארן זייער געטשעפעט, ער האט גערופן הבל אויף א שפאציר אין וואלד און דארט האבן זיי זיך געדינגען[9]. אינמיטן האט קין אויפגעשטאנען און אים פראבירט הרג'ענען, ער האט אים געשטאכן פון אלע זייטן ביז ער האט אים גע'הרג'עט, גא-ט האט דערפאר אנגעשריגן פאר קין ”קול דמי אחיך צועקים אלי מן האדמה”[10], און פארשאלטן אז ער זאל מער קיינמאל נישט זיין רואיג[11].
רעפערענצן