רעפובליק פון ניקאַראַגואַ
(שפאניש) República de Nicaragua
פאן ניקאַראַגואַ
סימבאָל ניקאַראַגואַ
פאָן הערב
נאַציאָנאַלע זינגליד:
אָרט פון ניקאַראַגואַ
קאָנטינענט אמעריקע
אָפיציעלע שפּראַך שפאניש
הויפּטשטאָט מאנאגוע 12°9′N 86°16′W / 12.150°N 86.267°W / 12.150; -86.267 מאפעס, בילדער פון דער הייעך און נאך אינפארמאציע אויף דעם ארט
רעגירונג רעפובליק
פּרעזידענט
פּרעמיער מיניסטער
דניאל ארטעגא
גרינדונג דאַטום
15טן סעפטעמבער 1821
(פון שפאניע און מעקסיקא)
פלאַך מאָס
וועלט גראַדונג פלאַך
פּראָצענט וואַסער
130,373 קוואַדראַט ק"מ
97
7.14%
באַפעלקערונג
- צאָל
- וועלט גראַדונג
- ענגקייט

5,891,199 (2010)
110
42 מענטשן פאַר אַ ק"מ
פּראָדוקט ווערדע $17.711 ביליאן (132סט)
וואַלוטע קארדאבא
צייט זאָנע 6-
אינטערנעט דאָמען ni.
טעלעפאָן קאָד 505+

ניקאַראַגואַ (שפּאַניש: Nicaragua), אפיציעל די רעפובליק פון ניקאַראַגואַ (שפּאַניש: República de Nicaragua), איז דאס גרעסטע לאנד אין צענטראלער אמעריקע מיט א שטח פון 130,373 ק"מ2. דאס לאנד גרעניצט האנדוראס צו צפון און קאסטא ריקא צו דרום, מיטן קאראאיבישן ים צו מזרח און דעם פאציפישן אקעאן צו מערב. די הויפטשטאט איז מאנאגוע.

די שפאנישע האבן אויסגעפארשט און באזעצט דאס לאנד אינעם 16טן יארהונדערט. אין דעם 17טן יארהונדערט האבן די בריטישע איינגעשטעלט א פראטעקטאראט אין דעם מזרח טייל פון לאנד, וואס האט זיך אויסגעהאלטן 200 יאר, און ביזן היינטיגן טאג רעדט מען נאך ענגליש אויפן מזרח בארטן פון לאנד. אין 1821 האט ניקוראגוא זיך געשיידט פון שפאניע און אין 1823 זיך פארבינדן אין דער פעדעראלער רעפובליק פון צענטראלער אמעריקע, ביז 1838.

די הויפט שפראך איז שפאניש.

ניקאראגוא איז א דעמאקראטישע רעפובליק.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!