הבל
הבל איז געווען א קינד פון אדם הראשון און חוה.
געבורט | א' תשרי שנת א' |
---|---|
פטירה | א' תשרי שנת ב' |
גיל פטירה | 1 יאר |
בן זוג | צווילינג שוועסטער |
בתנ"ך | בראשית ד |
ביאגרפיע
הבל איז געווען דער צווייטער קינד פון אדם הראשון, א צווילינג ברודער פון קין. און איז געבוירן געווארן צוזאמען מיט נאך צוויי שוועסטערס צוזאמען[1], פרייטיג די זעקטסע טאג פונעם בריאה[2]}. עס איז דא וואס זענען מבאר אז ער האט גהייסן הבל ווייל ער האט געלעבט ווייניג, און אדם אדער חווה האבן אים געגעבן דעם נאמען מיט רוח הקודש[3] אדער האט ער אים געגעבן דעם נאמען נאכן שטארבן{[4] און עס איז דא וואס זענען מבאר אז הבל איז א נאמען פון חשיבות וואס איז געקומען ווייל ער האט נישט גארבעט מיטן ערד[5]
וויבאלד די ערד איז באשאלטן געווארן ”בעצבון תאכלנה”[6] נאך וואס אדם האט געגעסן פונעם עץ הדעת, האט ער נישט געוואלט ארבעטן מיט די ערד, און האט געארבעט אלץ א פאסטעכער מיט שאף און רינדער[1], א ארבעט וואס איז שווערער פונעם ערד ארבעט[7].
די קרבן
ווען ער איז געווען א יאר האלט[8] האט ער צוזאמען מיט זיין ברודער קין געברענגט א קרבן פארן באשעפער, קיין האט געברענג פלאקס פון זיינע ערד פלאנצונגען, און הבל האט געברענגט די בעסטע פון זיינע שאף, און צו הבל'ס קרבן איז אראפ געקומען א פייער פון אימל, אבער צו קין'ס קרבן איז נישט אראפ א פייער,
קין איז געווארן זייער געטשעפעט, ער האט גערופן פאר הבל אויף א שפאציר אין וואלד און דארט האבן זיי זיך געדינגען[9]. אינמיטן האט קין אויפגעשטאנן אין אים גהרגעט, גא-ט האט דערפאר אנגעשריגן פאר קין ”קול דמי אחיך צועקים אלי מן האדמה”[10], און פארשאלטן אז ער זאל קיינמאל נישט זיין רואיג[11].