סערגיי אייזנשטיין

סערגיי מיכאילוביטש אייזנשטיין (רוסיש: Сергей Михайлович Эйзенштейн; ‏23סטן יאנואר 1898 - 11טן פעברואר 1948) איז געווען א סאוועטישער רעזשיסאר, באקאנט בעיקר פון זיינע פילמס "פאנצערשיף פאטעמקין" און "אקטאבער", אלע ביידע באזירט אויף אמתע מעשיות. די פילמס האבן געהאט א גרויסע השפעה אויף שפעטערע רעזשיסערן.

לעבנסגעשיכטע

אייזנשטיין איז געבוירן געווארן אין ריגע צו א אידיש-דייטשישן פאטער וואס האט זיך געשמדט און איז געווען דער שטאט ארכיטעקט, און צו א מוטער פון א רוסישן אפשטאם אין א משפחה פון הענדלער. ביי זיינע 14 יאר האבן זיך זיינע עלטערן געגט, און סרגיי איז געבליבן מיט זיין פאטער. פון 1915- 1918 האט ער שטודירט אין דעם אנשטאלט פאר ציווילער אינזשעניריע אין פעטראגראד.


מוסטער:ביכער--

  דער ארטיקל בנוגע ביאגראפיע איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!