רוי:סערגיי אייזנשטיין
סערגיי מיכאילוביטש אייזנשטיין (רוסיש: Сергей Михайлович Эйзенштейн; 23סטן יאנואר 1898 - 11טן פעברואר 1948) איז געווען א סאוויעטישער רעזשיסאר, באקאנט בעיקר פון זיינע פילמס "פאנצערשיף פאטעמקין" און "אקטאבער", אלע ביידע באזירט אויף אמתע מעשיות. די פילמס האבן געהאט א גרויסע השפעה אויף שפעטערע רעזשיסערן.
לעבנסגעשיכטע
אייזנשטיין איז געבוירן געווארן אין ריגע צו א אידיש-דייטשישן פאטער וואס האט זיך געשמדט און איז געווען דער שטאט ארכיטעקט, און צו א מוטער פון א רוסישן אפשטאם אין א משפחה פון הענדלער. ביי זיינע 14 יאר האבן זיך זיינע עלטערן געגט, און סרגיי איז געבליבן מיט זיין פאטער. פון 1915- 1918 האט ער שטודירט אין דעם אנשטאלט פאר ציווילער אינזשעניריע אין פעטראגראד.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!