צעשטערונג פון די פּאַלעסטינע טורעם אין עזה נאָך אַ מדינת ישראל סטרייק

מדינת ישראל–כאמאס קריג: ראקעטן ווערן ווייטער געשאסן פון עזה פאס צו געגנטער לענגאויס ארץ ישראל, און עס ווערן פארגעזעצט ברייטע באמבארדירונגען פון צה"ל אין עזה (אין בילד), אריינגערעכנט קורצע לאקאליזירטע אריינדרינגונגען מיט טאנקען אויף דער ערד.


עס ווערן באריכטעט א צאל סוקסעספולע אטענטאטן קעגן טעראריסטן אין עזה, צווישן זיי עלי קאדי, וועלכער איז באפרייט געווארן ביים גלעד שליט ארעסטאנטן אויסטויש און איז געווען פון די פירער פונעם בליץ-אנפאל דורך כאמאס, און אנדערע הויכראנגיגע קאמאנדירן.


מדינת ישראל פארארדנט ציווילע צו עוואקואירן דעם צפון טייל פון עזה, אין פארברייטונג צו פארשטערקערטע אפעראציעס. דער גרעניץ צווישן עזה און עגיפטן ווערט געעפנט פאר עטליכע שעה פאר דרויסנדע נאציאנאלן.


70 פאלעסטינער זענען אומגעקומען אין אן אויפרייס אויף קאָנוואיען וועלכע אנטלויפן פון עזה סיטי, לויט כאַמאַס באאמטע.


די שיא איסלאמישער מיליטאנט גרופע חיזבאלא האט ארויסגעשאסן 5 אנטי־טאנק מיסילס צו צפון מדינת ישראל, אומברענגנדיג איין ציווילער און פארוואונדענדיג 3 אנדערע אין שתולה.


צוויי לופטפעלדער אין סיריע זענען שווער באמבאדירט געווארן דורך מדינת ישראל קרעפטן נישט לאנג בעפאר דער איראנער אויסערן מיניסטער האט געדארפט דארט לאנדן.


משה מארגארעטן פון צדק ברענגט ארויס דריי טשארטער פליגער פון ארץ ישראל פאר אמעריקאנער בירגער וואס ווילן אהיים פארן צו די פאראייניגטע שטאטן. די סטעיט דעפארטמענט הייבט אויך אן רייזעס.


דזשים דזשארדען געווינט די רעפובליקאנער נאמינאציע פאר ספּיקער פון די פאראייניגטע שטאטן הויז פון רעפרעזענטאטן נאכדעם וואס סטיוו סקאליס האט זיך ארויסגעצויגן פונעם פאַרמעסט.

די אינפארמאציע אונטן איז אריבערגעשלאסן פון קיין דאקומענטאציע בלאט.


קיין דאקומענטאַציע בלאט פאר דעם מוסטער.