איבערבלייבענישן פון די פאליציי סטאנציע אין שדרות

זיבעטער טאג פונעם מדינת ישראל–כאמאס קריג:

  • משכונות פארכאפט ביי פיר באזונדערע טעראר גרופעס אין עזה. אנשטאט בלויז כאמאס אין די איסלאמישע דזשיהאד. דאס מאכט עס שווערער ווען עס קומט צו פארהאנדלען אדער ארויסראטעווען די משכונות.
  • די צאל הרוגים שטייט ביי העכער 1400 השם ינקום דמם. די צאל אין עזה איז העכער 1500. דאס רעכנט נישט אריין די אריבער 1000 טעראריסטן וואס זענען עלימינירט געווארן אויף מדינת ישראל טעריטאריע. די צאל פארוואונדעטע איז העכער דריי טויזנט אין ארץ ישראל און אריבער זעקס טויזנט אין עזה.
  • מדינת ישראל מיליטער האט שוין געווארפן איבער זעקס טויזנט באמבעס אויף עזה.
  • עס זענען געווען א צאל אסעסענאציע פרואוון קעגן טעראריסטישע קנאקערס אין עזה. עס ווערט באריכטעט א צאל סוקסעספולע אסעסענאציעס.
  • הויז פון חאמאד סינוואר ברודער פון כאמאס פירער יחיא סינוואר איז שווער אטאקירט געווארן. די מיליטער גלייבט אז ער איז דארט געווען. אלף שרייבט אז חמאד סינוואר איז טויט.
  • יוסף אבו מרזוק א ברודער פון א באקאנטע כאמאס טעראריסט; סמי על חסאני א קאמאנדיר אין די על אקצע בריגאדע; תייסיר איבראהים אן עלטערע כאמאס מיטגלידער און א טעראר לערער אין די ארטיגע אוניווערסיטעט זענען גע'הרג'עט געווארן.
  • גרויסע אידישע פארזאמלונגען זענען אפגעהאלטן געווארן צו איינרייסן פאר אידישע קינדער המצפים לישועה, אריינגערעכנט אין בארא פארק, ברוקלין.
  • צוויי לופטפעלדער אין סיריע זענען שווער באמבאדירט געווארן דורך מדנ"י קרעפטן נישט לאנג בעפאר דער איראנער אויסערן מיניסטער האט געדארפט דארט לאנדן.ער האט געלאנדעט אין לבנון ווי ער איז אפגעווארט געווארן דורך א צאל טעראריסטישע גרופעס. דארט האט ער אראפגעריסן מדינת ישראל.
  • ענערגיע מיניסטער ישראל כץ: קיין וואסער, עלעקטעריציטעט, צו גאזאלין וועט נישט אריינגיין קיין עזה ווילאנג די משכונות זענען נישט צוריק. הומאניטארישע באהאנדלונג קעגן הומאניטארישע באהאנדלונג.
  • אל על באטראכט די אפציע פון רייזן אין שבת. עפעס וואס האט נישט פאסירט יארן.
  • סעקרעטאַר בלינקען האט אפגערייזט קיין מדנ"י צו ארויסווייזן סאלידאריטעט. ער האט זיך געטראפן מיט נתניהו, גאנץ און קריגס מיניסטער גאלאנט. בלינקען האט קלאר געשטעלט די אומצוויידייטיגע שטיצע פון אמעריקע פאר מדינת ישראל. בלינקען איז דערנאך אפגעפלויגן צו א צאל אראבישע לענדער אין די ראיאן צו דיסקוסירן די סיטואַציע. בלינקען האט באצייכענט די פאגראם ווי צען 9/11'ס.
  • משה מארגארעטן פון צדק האט ארויסגעברענגט דריי טשארטער פליגער פון ארץ ישראל פאר אמעריקאנער בירגער וואס ווילן אהיים פארן קיין אמעריקא. די סטעיט דעפארטמענט הייבט אויך אן רייזעס.

די אינפארמאציע אונטן איז אריבערגעשלאסן פון קיין דאקומענטאציע בלאט.


קיין דאקומענטאַציע בלאט פאר דעם מוסטער.