מוסטער:אין די נייעס

ווערסיע פון 13:11, 13 אקטאבער 2023 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (קרעדיט: נקדימון פון אייוועלט)
איבערבלייבענישן פון די פאליציי סטאנציע אין שדרות

זיבעטער טאג פונעם קריג.

  • משכונות פארכאפט ביי פיר באזונדערע טעראר גרופעס אין עזה. אנשטאט בלויז כאמאס אין די איסלאמישע דזשיהאד. דאס מאכט עס שווערער ווען עס קומט צו פארהאנדלען אדער ארויסראטעווען די משכונות.
  • אויפן מיליטערישע פראנט איז דערווייל נאכנישט געקומען קיין מעלדונג איבער אן ערד אפעראציע. די מיליטערישע פליגל האט געזאגט אז זיי זענען גרייט און ווארטן פאר אן ערלויבעניש פון די פאליטישע פליגל. די ציל וועט זיין צו אנטוואפענען די גאנצע עזה פאס. און קען נעמען חדשים לאנג.
  • די צאל הרוגים שטייט ביי העכער 1400 השם ינקום דמם. די צאל אין עזה איז העכער 1500. דאס רעכנט נישט אריין די אריבער 1000 טעראריסטן וואס זענען עלימינירט געווארן אויף מדינת ישראל טעריטאריע. די צאל פארוואונדעטע איז העכער דריי טויזנט אין ארץ ישראל און אריבער זעקס טויזנט אין עזה.
  • מדינת ישראל מיליטער האט שוין געווארפן איבער זעקס טויזנט באמבעס. פאר פראספעקטיוו ווען אמעריקע האט באמבאדירט אין אפגאניסטאן האבן זיי געהאט ווייניגער פון דעם אין א האלבע יאר.
  • עס זענען געווען א צאל אסעסענאציע פרואוון קעגן טעראריסטישע קנאקערס אין עזה. עס ווערט באריכטעט א צאל סוקסעספולע אסעסענאציעס.
  • הויז פון חאמאד סינוואר ברודער פון כאמאס פירער יחיא סינוואר איז שווער אטאקירט געווארן. די מיליטער גלייבט אז ער איז דארט געווען. אלף שרייבט אז חמאד סינוואר איז טויט.
  • יוסף אבו מרזוק א ברודער פון א באקאנטע כאמאס טעראריסט איז געשטארבן אין א געצילטע אטאקע.
  • סמי על חסאני א קאמאנדיר אין די על אקצע בריגאדע איז טויט.
  • תייסיר איבראהים אן עלטערע כאמאס מיטגלידער און א טעראר לערער אין די ארטיגע אוניווערסיטעט איז געגאנגען פונעם כדור.
  • כאמאס פירער פרובירן ווייטער דעמידזש קאנטראל. דער צווייטער אין ראנג האט געגעבן א פרעסע באריכט ווי ער האט פארלייקנט אז כאמאס זאל האבן געטון די בארבארישע אקטן. עס זענען געווען ציווילע פון עזה אויף די אייגענע האנט.
  • אין בארא פארק ברוקלין איז אפגעהאלטן געווארן א גרויסע אידישע פארזאמלונג צו איינרייסן פאר אידישע קינדער המצפים לישועה.
  • אין קראון הייטס ברוקלין איז א פארדעכטיגטער פארשוין פארטריבן געווארן אין פארנט פון 770.
  • צוויי לופטפעלדער אין סיריע זענען שווער באמבאדירט געווארן דורך מדנ"י קרעפטן. דאס איז געווען נישט לאנג בעפאר דער איראנער אויסערן מיניסטער האט געדארפט דארט לאנדן
  • איראנער אויסערן מיניסטער האט געלאנדעט אין לבנון ווי ער איז אפגעווארט געווארן דורך א צאל טעראריסטישע גרופעס. דארט האט ער אראפגעריסן מדינת ישראל.
  • ענערגיע מיניסטער כץ: קיין וואסער, עלעקטעריציטעט, צו גאזאלין וועט נישט אריינגיין קיין עזה ווילאנג די משכונות זענען נישט צוריק. הומאניטארישע באהאנדלונג קעגן הומאניטארישע באהאנדלונג.
  • אל על באטראכט די אפציע פון רייזן אין שבת. עפעס וואס האט נישט פאסירט יארן.
  • סעקרעטאַר בלינקען האט אפגערייזט קיין מדנ"י צו ארויסווייזן סאלידאריטעט. ער האט זיך געטראפן מיט נתניהו, גאנץ און קריגס מיניסטער גאלאנט. בלינקען האט קלאר געשטעלט די אומצוויידייטיגע שטיצע פון אמעריקע פאר מדינת ישראל. בלינקען איז דערנאך אפגעפלויגן צו א צאל אראבישע לענדער אין די ראיאן צו דיסקוסירן די סיטואַציע.
  • בלינקען האט באצייכענט די פאגראם ווי צען 9/11׳ס
  • חוץ בלינקען קומט מארגן דער אמעריקאנער קריגס מיניסטער אויסטען. א צאל אויסערן מיניסטארן פון א רייע דעמאקראטישע לענדער און נאך א צאל פאליטישע באאמטע. אזוי אויך איז דא פלענער אז זעלענסקי פון אוקריינע האט חשק צו קומען געבן שטיצע.
  • היפש איבער א פערטל מיליאן עזיאנער בירגער האבן געמוזט פארלאזן זייער היימען צוליב די באמבאדירונגען.
  • די שטאט שדרות וואס געפונט זיך נישט ווייט פון עזה, מיט ארום דרייסיג טויזנט איינוואוינער איז ערווארטעט צו ווערן עוועקואירט.
  • רמטכ"ל הרצי הלוי האט געגעבן זיין ערשטע רעדע צום פאלק. הלוי האט גענומען די זעלבע שטעלונג ווי די רעגירונג'ס קאבינעט צו גענצליך עלימינירן כאמאייסיס פון די יקום.
  • ראקעט איז געפאלן אין בית שמש
  • ירדן האט געשיקט הומאניטארישע הילף פאר עזה קיין מצרים. דערווייל איז עס געשטראנדעט אין מצרים. די הומאניטארישע צושטאנד אין עזה פארערגערט זיך מיט יעדע פארבייגייענדיגן טאג.
  • סיסי פון עגיפטן זאגט אז די עזיאנער דארפן פארבלייבן אויף זייער טעריטאריע. (דאס ווערט פארטייטשט אז ער האלט נישט ביים אריינעמען קיינעם)
  • די פאטריאט סיסטעם איז אקטיוויזירט געווארן אויף צפון זייט. עס שטעלט זיך ארויס צוליב א טעות. (די לעצטע טעג איז געווען א צאל פאלשע אלארמען און טעותים ספעציפיש אויף צפון זייט)
  • לויט כאמאס האבן זיי אנגעהויבן פלאנירן די פאגראם אנהייב יאר 2022. דאקומענטן אפגעפונען ביי טויטע טעראריסטן צייגט א פערצן בלעטערדיגע דאקומענט מיט פלענער וויאזוי עס וועט צוגיין. די דאקומענט גייט צוריק צו אקטאבער 2022. אזוי אויך שטייט אויפ'ן דאקומענט אז דאס איז בלויז פאזע 1 רח"ל.
  • פאלעסטינער פירער מאכמוד אבאס האט זיך געבראכן און פארדאמט די טעראר. אבאס איז געווען פארעווע און פארדאמט מער בכללות.
  • פרעזידענט נתניהו און די מיליטער האבן מפרסם געווען גאר גרויזאמע בילדער פון די געשענדעטע אידן. דאס קומט נאך וואס א צאל האבן געלייקנט למחצה ולשליש איבער די אופנים וויאזוי די אידן זענען אומגעקומען.
  • אמעריקע און קאטאר זענען געקומען צו א שטילע אפמאך צו פרירן די זעקס ביליאן דאלאר וואס האט געזאלט גיין פאר איראן. סעקרעטאַר בלינקען זאגט אז איראן האט נאכנישט געניצט קיין צען צענט פון די געלטער דערווייל.
  • ענגלאַנד שיקט אויך מיליטערישע שיפן און מיליטערישע געצייג צו צייגן שטיצע און האלטן סטאביליטעט אין די ראיאן.
  • משה מארגארעטן פון צדק האט ארויסגעברענגט דריי טשארטער פליגער פון ארץ ישראל פאר אמעריקאנער בירגער וואס ווילן אהיים פארן קיין אמעריקא. די סטעיט דעפארטמענט וועט אנהייבן רייזעס פון מארגן.
  • פרעזידענט טראמפ איז אויסגעשטאנען קריטיק נאך שטעלן די גאנצע קריג ארום זיך און ווי גוט ער איז. עס איז ביידנס שולד. נתניהו איז זיך ווערט דאס געלט און אז כיזבאלא איז קליג.
  • ניו יארק גובערנאטארשע האט געמאלדן אז זי וועט צושטעלן מער שוץ פאר אידישע געביידעס און אינסטיטוציעס.
  • ווידעא ערשינען ווי מיליטערלייט באפרייען איינע פון די פארכאפטע מיליטערישע באזעס. ווען זיי בעטן אז די פארשפארטע אין בונקער זאלן עפענען די טיר צו באפרייט ווערן בעטן זיי צו זאגן שמע ישראל צו זיכער מאכן אז מען אז מען איז נישט פון די שעדליכע.
  • א צאל לענדער האבן פארבאטן פרא-פאלעסטינער פראטעסטן. אריינגערעכנט פראנקרייך. דאס האט תיכף נאכגעפאלגט ווען פראנצויזישע פאליציי האבן פארשפרייט א פרא פאלעסטינער מארש מיט טרערן גאז און אנדערע שטארקע מיטלען.
  • די צאל טויטע פון אויסלענדישע לענדער איז געשטיגן. אריינגערעכנט נאך צוויי אמעריקאנער. ברענגענדיג די ציפער צו 27 טויטע.
  • די אמעריקאנער פלאנירן דערווייל נישט אריינצושיקן קאמאנדאס אויפן פראנט צו ראטעווען די משכונות צוליב די גרויסע ריזיקעס.
  • אוקראינע און רוסלאנד באשולדיגן זיך איינע די אנדערע אז זיי זענען געווען פארמישט אין די פּאָגראָם איין וועג צו אן אנדערע.

די אינפארמאציע אונטן איז אריבערגעשלאסן פון קיין דאקומענטאציע בלאט.


קיין דאקומענטאַציע בלאט פאר דעם מוסטער.