חודש

ווערסיע פון 22:50, 27 סעפטעמבער 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "[[ת:" ב־"[[שית:")

א חודש (לשון רבים: חדשים; צומאל גערופן אין תנ"ך יֶרַח) איז א מאנאט פון דעם אידישן לוח, און אנטהאלט 29 אדער 30 טעג, באזירט אויף דער צייט אפשניט פון איין לבנה מולד צום קומענדיגן. א געווענליך יאר האט צוועלף חדשים, און אן עיבור יאר האט דרייצן.

דער טערמין ווערט אויך באניצט פאר א צייט אפשניט פון דרייסיג (אדער 29) טעג, אומאפהענגיג פון א ספעציפישער חודש אין דעם לוח.

אלס מאנאט

 
די פאזעס פון די לבנה דורכאויס די נעכט פון חודש, לויט ווי געזען פון צפון האלבקיילעך.

דאס לשון-קודש'דיגע ווארט "חודש" נעמט זיך פון חידוש, באנייאונג, אנדייטנדיג אויפן מולד ווען די לבנה ווערט כאילו געשאפן פונדאסניי[1]. די באלאכטענע חלק פון די לבנה, לויט ווי געזען פון דער וועלט, איז געוואנדן אין ארט פון די לבנה אין איר אומקרייז ארום דעם ערד-קוגל רעלאטיוו צו דער זון. דאס פאלגט נאך א ציקל אין וועלכע עס הייבט אן ווערן אנטפלעקט די באלאכטענע חלק, אויך גערופן די נייע לבנה, פון וואס מען זעט כסדר מער אין די נאכפאלגנדע טעג, ביז עס שיינט דער זון אויף די גאנצע זייט פון די לבנה וואס איז געוואנדן צום ערד. מען זעט דאן כסדר ווייניגער, ביז עס ווערט אינגאנצן פארהוילן, וחוזר חלילה.

אמאל פלעגט ראש חודש, דער ערשטער טאג פונעם חודש, ווערן באשטימט חודש'ליך דורך בית דין אויפן באזיס פון עדים וועלכע האבן געזען די נייע לבנה, און דער חודש האט זיך גערעכנט פון אנהייב פון די נאכט אין וועלכע די לבנה איז געזען געווארן, אדער פון אנהייב פון די 31'סטע נאכט אויב איז עס נישט געזען געווארן ביז אזוי שפעט[2]. דער אנהייב פון חודש האט זיך געקענט ווענדן אין א ריי פאקטארן, אריינגערעכנט דער סטאטוס פונעם אטמאספער און וועטער, דער געאגראפישער שטאנדפונקט פונעם קוקער און זיין זע-קראפט, אבער האט זיך כסדר גענומען פונעם באנייאונג פון די לבנה אין דעם חודש.

דער באשטימטער לוח באניצט היינט, דאקעגן, רעכנט זיך לויט א "מולד אמצעי", אין וועלכע דער צייט אפשניט פון איין מולד ביזן קומענדיגן איז 29 טעג מיט 12 שעות און 793 חלקים (44 מינוטן מיט 3 און א דריטל סעקונדעס)[3], כאטש דער פאקטישער צייט אפשניט פון איין באנייאונג פון די לבנה צום קומענדיגן קען זיין מיט עטליכע שעה קורצער אדער לענגער ווי דער דורכשניט[4]. נאר ראש חודש תשרי (ראש השנה) איז פארבינדן מיט דעם דורכשניטליכן מולד[א]; די לענג פון די חדשים, און ממילא אויך די טעג ווען די אנדערע ראשי חדשים פאלן אויס, רעכענען זיך לויט א באשטימטע פארמאט אין וועלכע ספעציפישע חדשים פארמאגן אלעמאל דעם זעלבן צאל טעג - טייל פארמאגן אלעמאל 29 טעג, וואס הייסט א "חודש חסר", און טייל זענען אלעמאל דרייסיג טעג לאנג, א "חודש מלא"[6]. צוויי אויסנאמען זענען חשון און כסלו, וואס זייער לענג טוישט זיך אויך אינעם באשטימטן לוח, געוואנדן אינעם קביעות פון יאר[ב].

חודש לענג אין טעג
תשרי 30
חשון 29 / 30
כסלו 30 / 29
טבת 29
שבט 30
אדר א' (אין עיבור יאר) 30
אדר ב'/אדר פון געווענליך יאר 29
ניסן 30
אייר 29
סיון 30
תמוז 29
אב 30
אלול 29

נעמען פון די חדשים

 
דער גזר קאלענדאר איז א לאנדווירשאפטליכע קאלענדאר וואס רעכנט אויס די חדשים פון יאר (אין בילד: א רעפליקע געצייגט אין מדינת ישראל מוזעאום).

אין אנהייב זענען די חדשים אין אידישן קאלענדאר גערופן געווארן לויט זייער צאל, אנגעהויבן פון דער חודש אין וועלכע אידן זענען ארויס פון מצרים (וואס הייסט היינט ניסן):
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:ציטוט

'שורות: כן' אינו ערך חוקי

הַחֹ֧דֶשׁ הַזֶּ֛ה לָכֶ֖ם רֹ֣אשׁ חֳדָשִׁ֑ים רִאשׁ֥וֹן הוּא֙ לָכֶ֔ם לְחָדְשֵׁ֖י הַשָּׁנָֽה

די בבלים האבן גערופן זייערע מאנאטן (וועלכע האבן זיך אויך אנגעהויבן פון ניסן): ניסאנו, ארו, סימאנו, דומוזו, אבּו, אולולו[7], תּישׁריתּום, אראח-שׂאמנא, כּיסלימו, טעבּיתּום, שׁאבּאטו, אדארו[8] און א צוגעלייגטע מאנאט אין עיבור יאר. ענליכע נעמען זענען גענוצט געווארן אין מעסאפאטאמיע בכלל, און אין די תקופה פון גלות בבל און שיבת ציון זענען די נעמען אריינגעקומען אויך אין אידישע באנוץ[9]. די ווערסיעס פון די נעמען אין לשון הקודש, ווי אין היינטיגע באנוץ, ווערן מערסטענס דערמאנט אין תרי עשר, ספר זכריה און מגילת אסתר צוזאמען מיט זייער צאל אנגעהויבן פון ניסן, און אין ספר עזרא און נחמיה אן קיין צאל:

  • וַתִּלָּקַח אֶסְתֵּר אֶל הַמֶּלֶךְ אֲחַשְׁוֵרוֹשׁ, אֶל בֵּית מַלְכוּתוֹ, בַּחֹדֶשׁ הָעֲשִׂירִי, הוּא חֹדֶשׁ טֵבֵת: בִּשְׁנַת שֶׁבַע לְמַלְכוּתוֹ[10].
  • בְּיוֹם עֶשְׂרִים וְאַרְבָּעָה לְעַשְׁתֵּי-עָשָׂר חֹדֶשׁ, הוּא חֹדֶשׁ שְׁבָט, בִּשְׁנַת שְׁתַּיִם לְדָרְיָוֶשׁ, הָיָה דְבַר-ה' אֶל-זְכַרְיָה בֶּן בֶּרֶכְיָהוּ בֶּן עִדּוֹא הַנָּבִיא לֵאמֹר[11].
  • בַּחֹדֶשׁ הָרִאשׁוֹן, הוּא חֹדֶשׁ נִיסָן, בִּשְׁנַת שְׁתֵּים עֶשְׂרֵה לַמֶּלֶךְ אֲחַשְׁוֵרוֹשׁ: הִפִּיל פּוּר הוּא הַגּוֹרָל לִפְנֵי הָמָן, מִיּוֹם לְיוֹם וּמֵחֹדֶשׁ לְחֹדֶשׁ שְׁנֵים עָשָׂר הוּא חֹדֶשׁ אֲדָר[12].
  • וַיִּקָּרְאוּ סֹפְרֵי הַמֶּלֶךְ בָּעֵת הַהִיא בַּחֹדֶשׁ הַשְּׁלִישִׁי הוּא חֹדֶשׁ סִיוָן, בִּשְׁלוֹשָׁה וְעֶשְׂרִים בּוֹ, וַיִּכָּתֵב כְּכָל אֲשֶׁר צִוָּה מָרְדֳּכַי אֶל הַיְּהוּדִים[13].
  • וַיְהִי בִּשְׁנַת אַרְבַּע לְדָרְיָוֶשׁ הַמֶּלֶךְ: הָיָה דְבַר-ה' אֶל-זְכַרְיָה, בְּאַרְבָּעָה לַחֹדֶשׁ הַתְּשִׁעִי בְּכִסְלֵו[14].
  • וְשֵׁיצִיא בַּיְתָה דְנָה, עַד יוֹם תְּלָתָה לִירַח אֲדָר[15].
  • דִּבְרֵי נְחֶמְיָה, בֶּן-חֲכַלְיָה: וַיְהִי בְחֹדֶשׁ כִּסְלֵו שְׁנַת עֶשְׂרִים, וַאֲנִי הָיִיתִי בְּשׁוּשַׁן הַבִּירָה[16].
  • וַתִּשְׁלַם הַחוֹמָה בְּעֶשְׂרִים וַחֲמִשָּׁה לֶאֱלוּל לַחֲמִשִּׁים וּשְׁנַיִם יוֹם[17].

די נעמען פון די חדשים ווערן דערמאנט צום ערשטן מאל אלע אינאיינעם אין מגילת תענית, לויטן סדר פון ניסן ביז אדר.

לויט דער רמב"ן, איז א מצוה צו ציילן די חדשים פון ניסן, שטענדיג צו דערמאנען יציאת מצרים. די חדשים פארמאגן דעריבער נישט קיין באזונדערע נעמען אין די תורה, נאר זיי ווערן שטענדיג דערמאנט לויט זייער צאל פון ניסן[18]. רבי יוסף אלבו ערקלערט אז די מצוה איז געווען צייטווייליג, און נאך גלות בבל האט מען געטוישט צו די בבלי'שע נעמען צו דערמאנען אז מיר זענען פון דארט אויסגעלייזט געווארן[19]. אנדערע קריגן אז די מצוה גייט נאך ווייטער אן, כאטש די חדשים ווערן שוין גערופן מיט נעמען, און ווען מען ציילט די חדשים דארפן זיי געציילט ווערן אנגעהויבן פון ניסן[20].

געציילטע חדשים ווערן אויך דערמאנט אין תנ"ך מיט אנדערע נעמען: "ירח האיתנים" פאר תשרי[21]; "ירח בול" פאר חשון[22]; "חודש זיו" פאר אייר[23]. די נעמען טרעפט מען אויך אין כנענ'ישע אויפשריפטן[24], און אין תנ"ך ווערן זיי נאר דערמאנט אין ספר מלכים.

אין דער גזר קאלענדאר (עב') זענען איינגעקריצט אכט חדשים[25]. עס איז מעגליך אז די ליסטע איז טיילווייז, אדער אז א חלק פונעם טאוול איז צוגרינד געגאנגען מיט דער צייט. טייל שפעקולירן אבער אז ווען עס שטייט "ירחו" אנשטאט "ירח", איז דער באדייט צוויי חדשים. לויט די השערה, זענען די חדשים ווי פאלגנד[26]:

יַרְחו אָסִ(י)ף - צוויי חדשים פון ארייננעמען די שניט - תשרי און חשון (ווי דערמאנט אין די תורה, "חג האסיף - תקופת השנה").
יַרְחו זֶרַע - צוויי חדשים פון איינזייען - כסלו און טבת.
יַרְחו לֶקֶשׁ - צוויי חדשים פון שפעטע איינזייען - שבט און אדר.
יֶרַח עֲצַד פִּשְׁתָ(ה) - א חודש פון אויסרייסן די פלאקס - חודש ניסן.
יֶרַח קְצִ(י)ר שְׂע(וֹ)רִם - א חודש פון שניידן די גערשטן - חודש אייר.
יֶרַח קָצרוְ כִלָ(ה) - א חודש פון שניידן די ווייץ "נירן" - חודש סיון.
יַרְחו זֶמֶר (אדער זמיר) - צוויי חדשים פון שפעטע שניט - תמוז און אב.
יֶרַח קֵץ (אדער קַיץ) - א חודש פון אראפנעמען און טרוקענען די פייגן און ענליכע פרוכט - חודש אלול.

דער סדר פון די חדשים אינעם גזר קאלענדאר גייט לויט דער אגריקולטורעלער יאר, וועלכער הייבט זיך אן אין תשרי.

אלס צייט אפשניט

א חודש וואס ווערט דערמאנט אלס א צייט אין דאס לעבן פון א מענטש רעכנט זיך נישט לויט די חדשים אויפן לוח, נאר לויט וויפיל צייט עס איז פאריבער אויף אים. צום ביישפיל ביי ערכין וועלכע ווערן געשאצט מבן חודש[27], און ביי פדיון הבן וואס גייט אן פון א חודש[28], און די בכורים אין מדבר וועלכע זענען געציילט געווארן פון א חודש[29], ביי די אלע רעכנט מען דעם חודש לויט די טעג פון געבורט און נישט לויט די חדשים פון דער וועלט[30].

דער חודש פון ערכין רעכנט זיך מיטן דרייסיגסטן טאג, און דער מענטש האט נישט קיין ערך ביז ווען ער איז שוין אריין אין זיין 31'סטן טאג[31]. ביי פדיון הבן איז עס א מחלוקת תנאים[32]; די הלכה איז דארט אויך אז עס רעכנט זיך מיטן דרייסיגסטן טאג[33]. לויט טייל שיטות דארף נישט אריבערגיין דער גאנצער דרייסיגסטער טאג, נאר "כ"ט י"ב תשצ"ג" - דער דורכשניטליכער צייט אפשניט פון איין מולד ביזן קומענדיגן[34].

א קינד וואס שטארבט בעפאר די דרייסיג טעג ווערט פאררעכנט ווי א נפל, ווי מען זעט פון די תורה ביי פדיון הבן און ביים ציילן די בכורים[35]. ווען עס שטארבט אין דרייסיגסטן טאג, האלט דער בה"ג אז עס איז שוין נישט קיין נפל[36]. רוב ראשונים קריגן, אז אויך דאס רעכנט זיך מיטן דרייסיגסטן טאג[37].

אנדערע הלכות וואו עס ווערט דערמאנט דער שיעור פון דרייסיג טעג אלס א חודש זענען: וויפיל צייט א ישראל דארף זיך אפגעבן מיט א בכור פון א בהמה דקה בעפאר ער געבט עס פארן כהן, וואס לערנט זיך פון פדיון הבן[38]; דער קלענסטער שיעור פון נידוי, וואס לערנט זיך פון "עד חדש ימים" וואס שטייט ביי די מתאווים[39]; ווי לאנג די יפת תואר באוויינט איר פאטער און מוטער[40].

סתם נזירות איז אויף דרייסיג טעג, ווייל דער פסוק זאגט "עד מלאת הימים"[41], "טעג וועלכע דארפן ווערן ערפילט", וואס באדייט א חודש[42]. לויט דעם לימוד, אויב האלט מען עד ולא עד בכלל, איז סתם נזירות 29 טעג[42]. אנדערע לערנען עס ארויס פון יפת תואר[43].

א חודש וואס ווערט דערמאנט אין לשון חכמים, איז עס לויט טייל ראשונים א צייט אפשניט פון 29 טעג[44]. אנדערע קריגן, אז עס באדייט געווענליך דרייסיג טעג[45]. טייל האלטן אז דאס איז נאר ווען איין חודש ווערט דערמאנט פאר זיך, אבער ווען עס רעדט זיך פון עטליכע חדשים צוזאמען, ווי די ירחי לידה, רעכנט זיך עס איין מלא און איין חסר[46].

ווען מען מאכט א נדר אז מען וועט עפעס נישט עסן א חודש צייט, איז דער איסור פון טאג צו טאג[47]. לויט טייל ראשונים איז דער באדייט גאנצע דרייסיג טעג מעת לעת[48]; לויט אנדערע איז דער איסור ביז צום זעלבן טאג אין קומענדיגן חודש, וואס קומט אויס 29 טעג אויב מאכט ער דעם נדר אין א חודש חסר[49].

ווען א מאן פארט אוועק פון זיין שטוב מיט רשות, איז דער דרך ארץ ער זאל נישט פעלן מער ווי א חודש[50]. דאס איז א חודש פון דרייסיג טעג, און אין 31'סטן טאג זאל ער זיין צוריק[51].

זעט אויך

נאטיצן

  1. ראש השנה ווערט באשטימט אין דער טאג ווען עס געפאלט דער דורכשניטליכער מולד תשרי, חוץ אין פאל פון די דחיות (ווי לא אד"ו ראש), ווען עס ווערט אפגעשטופט מיט א טאג און צומאל מיט צוויי[5].
  2. דער געווענליכער סדר, פון זעקס חדשים מלאים און זעקס חסרים פאר יעדע יאר, וואלט געשטימט ווען דער צייט אפשניט פון איין מולד ביזן קומענדיגן וואלט געווען פונקט 29.5 טעג. דער צייט אפשניט איז אבער מיט 793 חלקים לענגער, א חילוק וואס באטרעפט נאנט צו 9 שעה נאך צוועלף חדשים. צו אויסגלייכן דעם חשבון, דארף זיין דורכשניטליך 26 חדשים מלאים פאר יעדע 23 חדשים חסרים. א טייל פונעם אונטערשייד ווערט געדעקט דורך די עיבור יארן, אין וועלכע דער צוגעקומענער אדר א' איז שטענדיג מלא, אבער עס בלייבט נאך רעשט פון בערך א טאג פאר יעדע פינף יאר, וואס ווערט ערפילט ווען חשון איז מלא.
    פון די אנדערע זייט דארפן טייל יארן זיין קורצער ווי דער געווענליכער סדר, צוליב די דחיות וועלכע צווינגען אנצוהייבן דעם יאר שפעטער אבער שטופן נישט אפ דעם קומענדיגן. דאס ווערט אויסגעפירט דורך דעם וואס כסלו ווערט א חודש חסר.

רעפערענצן

  1. רבי אברהם בר חייא הנשיא, ספר העבור, מאמר שני, שער ראשון. זעט דארט אז אין פסוק באדייט עס צומאל ראש חודש, און מען קען לערנען אז דאס איז דער עיקר באדייט פונעם טערמין וואס אלע טעג פון חודש באציען זיך דערויף; אדער פארקערט, ראש חודש קען אזוי הייסן בלשון מושאל ווייל עס הייבט אן דעם חודש. זעט אויך רש"י, שמואל א' כ, ה און רש"י, שמואל א' כ, כז, אז "חודש" אין פסוק באדייט צומאל דאס באנייאונג פון לבנה זעלבסט.
  2. משנה תורה לרמב"ם, הלכות קידוש החודש, פרק א', הלכה ג'
  3. משנה תורה לרמב"ם, הלכות קידוש החודש, פרק ו', הלכה ג'; טור, אורח חיים, סימן תכ"ז
  4. אבן עזרא, שמות יב, ב; שו"ת תשב"ץ, חלק ראשון, סימן ק"ג און ק"ד; יסוד עולם, מאמר שלישי פרק ט"ו און מאמר רביעי פרק ח'.
  5. משנה תורה לרמב"ם, הלכות קידוש החודש, פרק ז', הלכה ו'
  6. משנה תורה לרמב"ם, הלכות קידוש החודש, פרק ח', הלכות ב'–ה'; טור, אורח חיים, סימן תכ"ז
  7. W. Muss-Arnolt (1892). "The Names of the Assyro-Babylonian Months and Their Regents". Journal of Biblical Literature. 11 (1): 76. doi:10.2307/3259081. hdl:2027/mdp.39015030576584. JSTOR 3259081. S2CID 165247741.
  8. Muss-Arnolt, W., The Names of the Assyro-Babylonian Months and Their Regents, Journal of Biblical Literature Vol. 11, No. 2 (1892), pp. 160-176
  9. זעט תלמוד ירושלמי, מסכת ראש השנה, פרק א', הלכה ב'
  10. אסתר ב, טז
  11. זכריה א, ז
  12. אסתר ג, ז
  13. אסתר ח, ט
  14. זכריה ז, א
  15. עזרא ו, טו
  16. נחמיה א, א
  17. נחמיה ו, טו
  18. רמב"ן, שמות יב, א
  19. רבי יוסף אלבו, ספר העיקרים, מאמר שלישי פרק ט"ז, בדעת רמב"ן
  20. רבי יעקב בן חביב, פירוש 'הכותב' אויף עין יעקב אנהייב מגילה; גט פשוט, סימן קכ"ו ס"ק ל"ה.
  21. וַיִּקָּהֲלוּ אֶל-הַמֶּלֶךְ שְׁלֹמֹה כָּל-אִישׁ יִשְׂרָאֵל, בְּיֶרַח הָאֵתָנִים בֶּחָג הוּא הַחֹדֶשׁ הַשְּׁבִיעִי (מלכים א' ח, ב)
  22. וּבַשָּׁנָה הָאַחַת עֶשְׂרֵה בְּיֶרַח בּוּל, הוּא הַחֹדֶשׁ הַשְּׁמִינִי, כָּלָה הַבַּיִת לְכָל-דְּבָרָיו וּלְכָל-מִשְׁפָּטָו; וַיִּבְנֵהוּ שֶׁבַע שָׁנִים (מלכים א' ו, לח)
  23. וַיְהִי בִשְׁמוֹנִים שָׁנָה וְאַרְבַּע מֵאוֹת שָׁנָה לְצֵאת בְּנֵי-יִשְׂרָאֵל מֵאֶרֶץ-מִצְרַיִם, בַּשָּׁנָה הָרְבִיעִית בְּחֹדֶשׁ זִו, הוּא הַחֹדֶשׁ הַשֵּׁנִי, לִמְלֹךְ שְׁלֹמֹה עַל-יִשְׂרָאֵל: וַיִּבֶן הַבַּיִת לַה' (מלכים א' ו, א)
  24. יצחק אבישור, כתובות פיניקיות והמקרא, א. רובינשטיין, 1979, עמ' 142
  25. יוסף ניצן; ד"ר יהושפט נבו, כתובות ארכיאולוגיות מתקופת המקרא : לוח גזר, אויף מטח זייטל
  26. לוח גזר, אויף וויקיטעקסט
  27. ויקרא כז, ו; משנה, ערכין ה, א
  28. במדבר יח, טז
  29. במדבר ג, מ
  30. תוספות, ערכין יט, א, ד"ה לערכין
  31. ערכין יח, א
  32. בכורות מט, א
  33. שולחן ערוך, יורה דעה, סימן ש"ה, סעיף י"ב
  34. יראים השלם סימן ק"מ, געברענגט אין די נושאי כלים אויף שלחן ערוך, דארט.
  35. שבת קלה, ב; תלמוד ירושלמי, מסכת יבמות, פרק י"א, הלכה ז'; במדבר רבה, פרשה ד'.
  36. געברענגט אין תוספות, יבמות לו, ב, ד"ה מת און תוספות, בכורות מט, א, ד"ה מת
  37. אין תוספות, יבמות לו, ב, ד"ה מת און תוספות, בכורות מט, א, ד"ה מת; משנה תורה לרמב"ם, הלכות יבום וחליצה, פרק א', הלכה ה'; שולחן ערוך, אבן העזר, סימן קנ"ו, סעיף ד'.
  38. בכורות כו, ב; שולחן ערוך, יורה דעה, סימן ש"ו, סעיף ב'
  39. תלמוד ירושלמי, מסכת מועד קטן, פרק ג', הלכה א'
  40. משנה תורה לרמב"ם, הלכות מלכים ומלחמות, פרק ח', הלכה ה'
  41. במדבר ו, ה
  42. 42.0 42.1 נזיר ו, ב
  43. תלמוד ירושלמי, מסכת נזיר, פרק א', הלכה ג'
  44. תוספות, כתובות עא, א, ד"ה ר' יהודה, אין ערשטע פירוש; פסקי תוספות אויף כתובות, אות ר"נ.
  45. תוספות, כתובות עא, א, ד"ה ר' יהודה, אין צווייטע פירוש
  46. שו"ת מעיל צדקה, סימן ה'
  47. נדרים ס, א
  48. משנה תורה לרמב"ם, הלכות נדרים, פרק י', הלכה ג'; רשב"א, נדרים סג, א; מאירי, נדרים ס, א, בשם יש מפרשים.
  49. מאירי שם; ש"ך, יורה דעה, סימן ר"כ, סעיף ה', בדעת הרא"ש און שולחן ערוך.
  50. כתובות סב, א
  51. ר"ן און שיטה מקובצת, כתובות סא, ב

קלארשטעלונג: די אינפארמאציע אויף המכלול איז בלויז פאר בארייכערונג און זאל נישט געזען ווערן ווי א פסק הלכה.