כהושעת אלים
כְּהוֹשַׁעְתָּ אֵלִים איז א הושענות פיוט וואס ווערט געזאגט אלס א טייל פונעם מנהג הושענות אום סוכות, לויט די מנהגי אשכנז און איטאליע. אינעם פיוט, בעטן די מתפללים פונעם באשעפער אז ער זאל זיי העלפן, פונקט ווי ער האט געהאלפן זייערע עלטערן אסאך מאל דורכאויס די אידישע היסטאריע, איבערהויפט ביי יציאת מצרים. עס איז אנגענומען אז עס איז פארפאסט געווארן דורך רבי אלעזר הקליר, וואס ווי געשאצט האט ער געוואוינט אין ארץ ישראל אין די שפעטע ד'ש' יארן[1].
כְּהוֹשַֽׁעְתָּ אֵלִֽים בְּלֽוּד עִמָּֽךְ.
כְּהוֹשַֽׁעְתָּ גּֽוֹי וֵֽאלֹהִֽים.
כְּהוֹשַֽׁעְתָּ הֲמֽוֹן צְבָאֽוֹת.
כְּהוֹשַֽׁעְתָּ זַכִּֽים מִבֵּֽית עֲבָדִֽים.
כְּהוֹשַֽׁעְתָּ טְבוּעִֽים בְּצֽוּל גְּזָרִֽים.
כְּהוֹשַֽׁעְתָּ כַּנָּֽה מְשׁוֹרֶֽרֶת וַיּֽוֹשַׁע.
כְּהוֹשַֽׁעְתָּ מַֽאֲמַֽר וְהֽוֹצֵאתִֽי אֶתְכֶֽם.
כְּהוֹשַֽׁעְתָּ סֽוֹבְבֵֽי מִזְבֵּֽחַ.
כְּהוֹשַֽׁעְתָּ פִּלְאֵֽי אָרֽוֹן כְּהֻפְשַֽׁע.
כְּהוֹשַֽׁעְתָּ קְהִלּֽוֹת בָּבֶֽלָה שִׁלַּֽחְתָּ.
כְּהוֹשַֽׁעְתָּ שְׁבֽוּת שִׁבְטֵֽי יַֽעֲקֹֽב.
|
אינהאלט
די צענטראלע טעמע פונעם פיוט איז געשטעלט אויפן געדאנק אז ווען דאס אידיש פאלק געפינט זיך אין א צרה, איז כביכול אויך דער אויבערשטער מיט זיי צוזאמען אין די צרה, און דערפאר ווען דער באשעפער העלפט פאר די אידן העלפט ער כביכול אויך זיך. דער געדאנק ערשיינט עטליכע מאל אין מדרשי חז"ל, און איז באזירט אויף די פסוקים ”עִמּוֹ אָנֹכִי בְצָרָה” (תהלים צא, טו) און ”בְּכָל צָרָתָם לוֹ צָר” (ישעיהו סג, ט), ווי אויך אויף אסאך דרשות פון פסוקים[2]. דער געדאנק איז ספעציעל פארבינדן צום מנהג פון הושענות נאך פון פריערדיגע צייטן: אין צייט פון בית המקדש, ווען מען האט ארומגענומען דעם מזבח מיט די הושענות, פלעגט מען אויסרופן (לויט רבי יהודה) "אני והו והוא הושיעה נא"[3], אן אויסרוף וואס ווערט געטייטשט לויט די אויבנדערמאנטע געדאנק, אז עס מיינט צו בעטן דעם באשעפער ער זאל העלפן נישט נאר כלל ישראל נאר אויך זיך אליין[4]. דער פייטן האט דעריבער צוגעשטעלט דעם פיוט צו דעם אויסרוף, ווייטער צו פארברייטערן אויף די טעמע[5].
געבוי
יעדער פאל אינעם פיוט פאנגט זיך אן מיט די ווארט "כהושעת", דערמאנענדיג די ישועה פונעם פארגאנגענהייט, און ענדיגט זיך מיט די ווערטער "כן הושע נא". אינדערמיט ערשיינען צוויי שורות וועלכע גראמען, און וואס שטעלן אויך אויס אן אקראסטיק פון די אלף-בית.
דער סארט געבוי פון הושענות, לויטן מוסטער פון "כהושעת... כן הושע נא", איז געווארן זייער פאפולער, און נאך פייטנים האבן געשריבן אזעלכע הושענות; צווישן זיי רבי יוסף אבן אביתור, רבי מנחם ברבי מכיר, און רבי שמואל החסיד. אין א מערהייט קהילות איז געווארן דער מנהג צו אויספירן די הושענות יעדן טאג מיט אזא סארט פיוט[6].
אין די מנהגים פון דאווענען
אין נוסח אשכנז ווערט די הושענא געזאגט יעדן טאג פון סוכות נאכן ארומנעמען די בימה (ביים ארומנעמען זאגט מען א אנדער הושענא), אריינגערעכנט הושענא רבה, אויסער אין שבת. אין פארגאנגענהייט זענען געווען קהילות (צווישן זיי ווירמייזא) וואס האבן זיך געפירט צו זאגן די הושענא יעדן צווייטן טאג, און די הושענא "כהושעת אב" פון רבי שמואל החסיד אין די אנדערע טעג[7][8]. אזוי האט מען זיך געפירט אויך ביי אסאך פון די קהילות פון צרפת, ווי געברענגט אין סדר טרוייש[9].
אין נוסח אשכנז, איז אנגענומען צו זאגן נאך די הושענא די לעצטע שורה פון די הושענא "כהושעת אב": ”כְּהוֹשַֽׁעְתָּ שֽׁוֹמְרֵֽי מִצְוֹֽת וְחוֹכֵֽי יְשׁוּעֽוֹת. אֵֽ-ל לְמֽוֹשָׁעֽוֹת וְהוֹשִֽׁיעָה נָּֽא:”[8] אין די קהילות וואו מען האט זיך געפירט צו זאגן לסירוגין די צוויי הושענות, האט מען געזאגט די לעצטע שורה פון כהושעת אלים ("כהושעת שבות...") אין די טעג וואס מען האט געזאגט "כהושעת אב"[7].
אין נוסח איטאליע, ווערט די הושענא געזאגט ביים ארומנעמען די בימה (ווי א איינציגע הושענא) האלב פון די טעג, און די הושענא "אנא אזון חין" די אנדערע; ווען יעדע פון זיי ווערט געזאגט יעדן צווייטן טאג. דערצו, ווערט די הושענא געזאגט אין שבת חול המועד, און הושענא רבה נאך די הקפות[10]. אויך ביי די ראמאניאטן איז איינגעפירט צו זאגן די הושענא[11].
דרויסנדע לינקס
וויקימעדיע פונדאציע פּראיעקטן |
---|
טעקסט אויף וויקיביבליאטעק: כהושעת אלים |
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס
פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע דניאל גאלדשמידט און יונה פרענקל, "כהושעת אלים", מחזור לסוכות, שמיני עצרת ושמחת תורה, לויט מנהגי בני אשכנז לכל ענפיהם, ירושלים תשמ"א, עמ' 181–182- יעקב רוטשילד, לסדר ההושענות בסוכות - "אני והו הושיעה נא!", מחניים לו (תשי"ט), אויף "דעת"
ביאורים
רעפערענצן
- ↑ יונה פרענקל, מחזור לסוכות, שמיני עצרת ושמחת תורה לפי מנהגי בני אשכנז לכל ענפיהם, ירושלים תשמ"א, מבוא, עמ' לט.
- ↑ מכילתא דרבי ישמעאל, פרשתא דפסחא, פרק י"ב, פסוק מ
- ↑ משנה, סוכה ד, ה
- ↑ תלמוד ירושלמי, מסכת סוכה, פרק ד', הלכה ג'; תוספות, סוכה מה, א, ד"ה אני.
- ↑ ראבי"ה, חלק שני סימן ת"ש; ריקאנטי, בראשית ג, יב.
- ↑
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס
פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע יונה פרענקל, מחזור לסוכות ושמע"צ, ירושלים תשמ"א, מבוא, עמ' מ–מא. - ↑ 7.0 7.1
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אוצר החכמה
פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע רבי יוזפא שמש, מנהגים דק"ק וורמיישא, מכון ירושלים תשמ"ח, סי' קג - ↑ 8.0 8.1
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס
פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע אברהם אפשטיין, ר' שמואל החסיד בר' קלונימוס הזקן, בארדיטשוב תרס"ד, עמ' 17–18 - ↑
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס
פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע סדר טרוייש, פרנקפורט דמיין תרס"ה, עמ' 34. אויך אין מחזור ויטרי ערשיינען די צוויי הושענות צו זאגן נאך די הושענות וואס טוישן זיך (
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס
פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע מחזור ויטרי, מקיצי נרדמים, בערלין תרנ"א, חלק ב', סי' שצא–שצב). - ↑ איבער די פונקטליכע סדר פון די הושענות צווישן די טעג זענען פארהאן חילוקי מנהגים, זעט:
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אוצר החכמה
פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע מנחם עמנואל הרטום, מחזור איטלייני כמנהג כל הקהילות, ירושלים תשס"ה, כרך ב' עמ' 851 ואילך; הלל משה סרמוניטה און אנג'לו מרדכי פיאטלי, מחזור לסוכות כמנהג בני רומה, ירושלים תשע"ה, עמ' קמז. - ↑ סדור תפלות השנה כמנהג קהלות רומניא, ונציה רפ"ג, דף ת"י ע"א