כהושעת אלים
כְּהוֹשַׁעְתָּ אֵלִים איז א הושענות פיוט וואס ווערט געזאגט אלס א טייל פונעם מנהג הושענות אום סוכות, לויט די מנהגי אשכנז און איטאליע. אינעם פיוט, בעטן די מתפללים פונעם באשעפער אז ער זאל זיי העלפן, פונקט ווי ער האט געהאלפן זייערע עלטערן אסאך מאל דורכאויס די אידישע היסטאריע, איבערהויפט ביי יציאת מצרים. עס איז אנגענומען אז עס איז פארפאסט געווארן דורך רבי אלעזר הקליר, וואס ווי געשאצט האט ער געוואוינט אין ארץ ישראל אין די שפעטע ד'ש' יארן[1].
כְּהוֹשַֽׁעְתָּ אֵלִֽים בְּלֽוּד עִמָּֽךְ.
כְּהוֹשַֽׁעְתָּ גּֽוֹי וֵֽאלֹהִֽים.
כְּהוֹשַֽׁעְתָּ הֲמֽוֹן צְבָאֽוֹת.
כְּהוֹשַֽׁעְתָּ זַכִּֽים מִבֵּֽית עֲבָדִֽים.
כְּהוֹשַֽׁעְתָּ טְבוּעִֽים בְּצֽוּל גְּזָרִֽים.
כְּהוֹשַֽׁעְתָּ כַּנָּֽה מְשׁוֹרֶֽרֶת וַיּֽוֹשַׁע.
כְּהוֹשַֽׁעְתָּ מַֽאֲמַֽר וְהֽוֹצֵאתִֽי אֶתְכֶֽם.
כְּהוֹשַֽׁעְתָּ סֽוֹבְבֵֽי מִזְבֵּֽחַ.
כְּהוֹשַֽׁעְתָּ פִּלְאֵֽי אָרֽוֹן כְּהֻפְשַֽׁע.
כְּהוֹשַֽׁעְתָּ קְהִלּֽוֹת בָּבֶֽלָה שִׁלַּֽחְתָּ.
כְּהוֹשַֽׁעְתָּ שְׁבֽוּת שִׁבְטֵֽי יַֽעֲקֹֽב.
|
אינהאלט פונעם פיוט
די צענטראלע טעמע פונעם פיוט איז געשטעלט אויפן געדאנק אז ווען דאס אידיש פאלק געפינט זיך אין א צרה, איז כביכול אויך דער אויבערשטער מיט זיי צוזאמען אין די צרה, און דערפאר ווען דער באשעפער העלפט פאר די אידן העלפט ער כביכול אויך זיך. דער געדאנק ערשיינט עטליכע מאל אין מדרשי חז"ל, און איז באזירט אויף די פסוקים ”עִמּוֹ אָנֹכִי בְצָרָה” (תהלים צא, טו) און ”בְּכָל צָרָתָם לוֹ צָר” (ישעיהו סג, ט), ווי אויך אויף אסאך דרשות פון פסוקים[2]. דער געדאנק איז ספעציעל פארבינדן צום מנהג פון הושענות נאך פון פריערדיגע צייטן: אין צייט פון בית המקדש, ווען מען האט ארומגענומען דעם מזבח מיט די הושענות, פלעגט מען אויסרופן (לויט רבי יהודה) "אני והו והוא הושיעה נא"[3], אן אויסרוף וואס ווערט געטייטשט לויט די אויבנדערמאנטע געדאנק, אז עס מיינט צו בעטן דעם באשעפער ער זאל העלפן נישט נאר כלל ישראל נאר אויך זיך אליין[4]. דער פייטן האט דעריבער צוגעשטעלט דעם פיוט צו דעם אויסרוף, ווייטער צו פארברייטערן אויף די טעמע[5].
געבוי
יעדע שורה אינעם פיוט פאנגט זיך אן מיט די ווארט "כהושעת", דערמאנענדיג די ישועה פונעם פארגאנגענהייט, און ענדיגט זיך מיט די ווערטער "כן הושע נא". אינדערמיט ערשיינען צוויי שורות גראמען אין דער פיוט איז אויסדעשטעלט אין אן אקראסטיכאן פון די אלף-בית.
דער סארט געבוי פון הושענות, וואס זענען געבויט לויט "כהושעת... כן הושע נא", איז זייער פאפולער, און נאך פייטנים האבן געשריבן אזעלכע הושענות; צווישן זיי רבי יוסף אבן אביתור, רבי מנחם ברבי מכיר, און רבי שמואל החסיד. אין א מערהייט קהילות איז געשאפן געווארן א מנהג צו ענדיגן יעדן טאג די הושענות מיט א פיוט פון דער סארט[6].
אין די מנהגים פון דאווענען
אין נוסח אשכנז ווערט געזאגט די הושענא יעדן טאג פון די טעג פון סוכות נאכן ארומנעמען די בימה (ביים ארומנעמען זאגט מען א אנדער הושענא), אריינגערעכנט הושענא רבה, אויסער שבת חול המועד. אין פארגאנגענהייט זענען געווען קהילות (צווישן זיי ווירמייזא) וואס האבן זיך געפירט צו זאגן די הושענא יעדן צווייטן טאג, און די הושענא "כהושעת אב" פון רבי שמואל החסיד ביי אנדערען[7][8]. אזוי האט מען זיך געפירט אויך ביי אסאך פון די קהילות פון צרפת, ווי עס ווערט געברענגט אין סדר טרוייש[9].
אין נוסח אשכנז, איז אנגענומען צו זאגן נאך די הושענא די לעצטע שורה פון די הושענא "כהושעת אב": ”כְּהוֹשַֽׁעְתָּ שֽׁוֹמְרֵֽי מִצְוֹֽת וְחוֹכֵֽי יְשׁוּעֽוֹת. אֵֽל לְמֽוֹשָׁעֽוֹת וְהוֹשִֽׁיעָה נָּֽא:”[8] אין די קהילות וואס מען האט זיך געפירט צו זאגן לסירוגין די צוויי הושענות, איז אין די טעג וואס מען האט געזאגט "כהושעת אב", האט מען צוגעלייגט ביים ענדעע די לעצטע שורה פון די הושענא ("כהושעת שבות...")[7].
אין נוסח איטאליע, ווערט געזאגט די הושענא ביים ארומנעמען די בימה (ווי א איינציגע הושענא) האלב פון די טעג, און די הושענא "אנא אזון חין" די אנדערע; ווען יעדעס ווערט געזאגט יעדן צווייטן טאג. דערצו, ווערט געזאגט די הושענא שבת חול המועד, און הושענא רבה נאך די הקפות[10]. אויך ביי די ראמאניאטן איז איינגעפירט די הושענא[11].
דרויסנדע לינקס
וויקימעדיע פונדאציע פּראיעקטן |
---|
טעקסט אויף וויקיביבליאטעק: כהושעת אלים |
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס
פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע דניאל גאלדשמידט און יונה פרענקל, "כהושעת אלים", מחזור לסוכות, שמיני עצרת ושמחת תורה, לויט מנהגי בני אשכנז לכל ענפיהם, ירושלים תשמ"א, עמ' 181–182- יעקב רוטשילד, לסדר ההושענות בסוכות - "אני והו הושיעה נא!", מחניים לו (תשי"ט), אויף "דעת"
ביאורים
רעפערענצן
- ↑ יונה פרנקל, מחזור לסוכות, שמיני עצרת ושמחת תורה לפי מנהגי בני אשכנז לכל ענפיהם, ירושלים תשמ"א, מבוא, עמ' לט.
- ↑ מכילתא דרבי ישמעאל, פרשתא דפסחא, פרק י"ב, פסוק מ
- ↑ משנה, סוכה ד, ה
- ↑ תלמוד ירושלמי, מסכת סוכה, פרק ד', הלכה ג'; תוספות, סוכה מה, א, ד"ה אני.
- ↑ ראבי"ה, חלק שני סימן ת"ש; ריקאנטי, בראשית ג, יב.
- ↑
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס
פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע פרנקל, מחזור לסוכות ושמע"צ, ירושלים תשמ"א, מבוא, עמ' מ–מא. - ↑ 7.0 7.1
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אוצר החכמה
פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע רבי יוזפא שמש, מנהגים דק"ק וורמיישא, מכון ירושלים תשמ"ח, סי' קג. - ↑ 8.0 8.1
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס
פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע אברהם אפשטיין, ר' שמואל החסיד בר' קלונימוס הזקן, ברדיטשוב תרס"ד, עמ' 17–18. - ↑
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס
פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע סדר טרוייש, פרנקפורט דמיין תרס"ה, עמ' 34. אויך אין מחזור ויטרי ערשיינען די צוויי הושענות צו זאגן נאך די הושענות וואס טוישן זיך(
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס
פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע מחזור ויטרי, מקיצי נרדמים, ברלין תרנ"א, חלק ב', סי' שצא–שצב). - ↑ וועגן די פונקטליכע צוטיילן פון די הושענות צווישן די טעג זענען דא חילוקי מנהגים.
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אוצר החכמה
פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע רבי מנחם עמנואל הרטום, מחזור איטלייני כמנהג כל הקהילות, ירושלים תשס"ה, כרך ב' עמ' 851 ואילך; הלל משה סרמוניטה ואנג'לו מרדכי פיאטלי, מחזור לסוכות כמנהג בני רומה, ירושלים תשע"ה, עמ' קמז. - ↑ סדור תפלות השנה כמנהג קהלות רומניא, ונציה רפ"ג, דף תי ע"א.