דרעפט:קול דודי

ווערסיע פון 21:33, 18 סעפטעמבער 2023 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (תנא קמא האט אריבערגעפירט בלאט קול דודי צו דרעפט:קול דודי אן לאזן א ווייטערפירונג)
קול דודי
לוגו קול דודי.png
תחום פארשפרייטן חסידות
שפה רשמית לשון הקודש און אידיש
מדינה ישראלישראל ישראל ארצות הברית[[טעקע:מוסטער:פאן/ארצות הברית|קישור=ארצות הברית|גבול|22x16pxpx|ארצות הברית]] ארצות הברית
מייסדים יונגעלייט פון תולדות אהרן
לאגא פון 'יחידתי'

"קול דודי" - איז אן ארגניזאציע וואס איז געגרינדעט געווארן צו מאכן די תורת החסידות און די וועגן פון הבעל-שם-טוב גלייך צוטריטליך פאר יעדע נשמה. די ארגאניזאציע פירט אן לערנען פראגראמען, און געבט ארויס קונטרסים יעדן יום טוב, ווי אויך א זייער בארימטן וואכנשריפט בלעטל מיטן נאָמען "יחידתי". די ארגאניזאציע ווערט אפערירט דורך חסידי תולדות אהרן.

גרינדונג פון די ארגאניזאציע

די ארגאניזאציע איז אויפגעשטעלט געווארן דורך יונגעלייט פון קהילת תולדות אהרן, און מיט די צייט האבן זיי פארברייטערט זייערע טהאטן אויך אינדרויסן פון די חסידות, איבערהויפט דורך פארשפרייטן די בלעטלעך פארן אלגעמיינער ציבור .

די ארגאניזאציע אפערירט א טעלעפאנישער ליין מיטן נאמען "קול דודי", און דארט ווערן איבערגעגעבן לעקציעס אין ספרי חסידות דורך די משפיעים פון די ארגאניזאציע[1][2], די ארגאניזאציע דרוקט אויך די ספרים וואס אין זיי ווערן איבערגעגעבן די לעקציעס, אין א קליינעם פארמאט. צווישן די ספרים וואס זענען געלערנט געווארן אין ראם פון די ארגאניזאציע: מאור עינים (טשערנאביל), כתר שם טוב (בעש"ט), יושר דברי אמת.

פון יאר תשע"ח ווערט געדרוקט יעדע וואך א בלעטל מיטן נאמען "יחידתי", וואס האט א באזונדער ברייטע פארשפרייטונג. די נאמען פונעם בלעטל איז גענומען פון א ליד וואס רבי אהרן ראטה האט פארפאסט, מיטן נאמען "יחידתי אנה אבקשך", און די נעמען פון די אפטיילונגען פונעם בלעטל ווערן אויך גענומען פונעם ליד.

אפטיילונגען פונעם בלעטל
  • רוח אפינו - פון די שמועס'ן פון רבי'ן פון תולדות אהרן
  • דיבורי חסידות - צאמגעשטעלט פון ספרי החסידות אויף די וועכנטליכע פרשה
  • א'חסידישער בחור - א שמועס צווישן דעם משפיע אן דעם מושפע אין וועלכן זיי רעדן דברי תורה אין ספרי חסידות (געדריבן דורך הרב שאול יהודה שידלוי)
  • להתבונן - א שמועס פון המשפיע הרב בן ציון אפל
  • אנה אבקשך - דארט ווערן באהאנדלט שאלות אין עבודת ה' (געשריבן דורך הרב נפתלי ערלאנגער)
  • דאס חסיד'ישע לעבן - אפטיילונג פון מעשיות.

אזוי אויכט טוט די ארגאניזאציע ארויסגעבן וועכנטליך א בלעטל "יחידתי אין אידיש" - אפטייטש פונעם בלעטל אויף לשון הקודש - פאר איינוואוינער פון אמעריקע.

קישורים חיצוניים

הערות שוליים