מיטוואך איז דער פערטער טאג אין וואך, ציילנדיג צו שבת.

אין טייל לענדער (און לויט ISO-8601) ווערט עס פאררעכנט אלס דער דריטער טאג פון וואך, אנהייבנדיג פון מאנטאג.

אין דער פערסישער קאלענדאר ציילן זיך די טעג אנגעהויבן פון שבת, וועלכער איז טאג 0; מיטוואך איז אלזא דער פינפטער טאג אין רייע, אבער הייסט "טאג פיר".

נאמען

מיטוואך הייסט אזוי ווייל עס איז דער מיטלסטער טאג פון דער וואך. דער נאמען נעמט זיך פון דייטש, וואו עס איז געווארן איינגעפירט אין 10טער י"ה. אויך אין די סלאווישע שפראכן טראגט דער נאמען דעם באדייט פון "מיטן" (ווי רוסיש: Среда), טראץ וואס זיי רעכענען די וואך אנגעהויבן פון מאנטאג.

לויט די אסטראלאגיע פון די "שבעה כוכבי לכת", (שבתאי, צדק, מאדים, חמה, נוגה, כוכב, לבנה), איז יעדע שעה אין טאג באשטימט פאר אן אנדערן פון די כוכבים. דורכאויס דער ערשטער און צווייטער יארהונדערט איז געווארן פארשפרייט אין רוים דער פירונג, פון העלענישע און עגיפטישע ווארצלען, צו רופן די טעג פון וואך לויט דער כוכב וואס הערשט אין דער ערשטער שעה אינדערפרי פון יענעם טאג. דער דריטער טאג אין וואך, אין וועלכן פרימארגן עס הערשט כוכב[1], איז אלזא גערופן געווארן "דער טאג פון מערקור" (לאטייניש: dies Mercurii).

כוכב איז געווען געדינט אלס אפגאט אין רוים, אן אפגאט וואס די פארשידענע גערמאנישע שבטים האבן אידענטיפיצירט מיט זייער אפגאט Woden. דערפון האבן זיך גענומען די פארשידענע וואריאציעס פונעם נאמען פון דעם טאג אין רוב אנדערע גערמאנישע שפראכן[2].

אין אידישקייט

 
מיטוואך זענען באשאפן געווארן דער זון און די לבנה.

ווי פארציילט אין אנהייב ספר בראשית, האט השי"ת אין דעם טאג באשאפן די זון, די לבנה, און די שטערנס:

וַיֹּאמֶר אֱלֹקִים, יְהִי מְאֹרֹת בִּרְקִיעַ הַשָּׁמַיִם, לְהַבְדִּיל, בֵּין הַיּוֹם וּבֵין הַלָּיְלָה; וְהָיוּ לְאֹתֹת וּלְמוֹעֲדִים, וּלְיָמִים וְשָׁנִים. וְהָיוּ לִמְאוֹרֹת בִּרְקִיעַ הַשָּׁמַיִם, לְהָאִיר עַל-הָאָרֶץ; וַיְהִי-כֵן. וַיַּעַשׂ אֱלֹקִים, אֶת-שְׁנֵי הַמְּאֹרֹת הַגְּדֹלִים: אֶת-הַמָּאוֹר הַגָּדֹל, לְמֶמְשֶׁלֶת הַיּוֹם, וְאֶת-הַמָּאוֹר הַקָּטֹן לְמֶמְשֶׁלֶת הַלַּיְלָה, וְאֵת הַכּוֹכָבִים. וַיִּתֵּן אֹתָם אֱלֹקִים, בִּרְקִיעַ הַשָּׁמָיִם, לְהָאִיר, עַל-הָאָרֶץ. וְלִמְשֹׁל, בַּיּוֹם וּבַלַּיְלָה, וּלְהַבְדִּיל, בֵּין הָאוֹר וּבֵין הַחֹשֶׁךְ; וַיַּרְא אֱלֹקִים, כִּי-טוֹב. וַיְהִי-עֶרֶב וַיְהִי-בֹקֶר, יוֹם רְבִיעִי.

ברכת החמה ווערט אלעמאל געזאגט אין א מיטוואך, ווען דער זון קומט אן צוריק צום ארט וואו עס איז געווען ביים באשאף, לויטן חשבון פון תקופת שמואל.

בשעת מען האט מקריב געווען דעם קרבן תמיד אין בית המקדש פלעגן די לויים זינגען דעם קאפיטל א-ל נקמות ה'[3], צוגעפאסט צום טאג אין וועלכע השי"ת האט באשאפן די זון און לבנה וועלכע ווערן געדינט דורך די געצנדינער פון וועמען ער וועט נקמה נעמען[4]. מען פירט זיך צו זאגן דעם קאפיטל אלס שיר של יום, ביים סוף פון שחרית[5].

די אידן וועלכע זענען געווען פון די מעמדות ווען דער בית המקדש איז געשטאנען פלעגן פאסטן אין דעם טאג אז די קינדער זאלן נישט באטראפן ווערן פון אסכרא[6].

מיטוואך איז קעגן דוד המלך[7], און קעגן רחל[8].

אין דער באשטימטער אידישער לוח, קען זיך נישט אנהייבן דער יאר אין א מיטוואך, און אויב דער מולד פון תשרי געפאלט אין דעם טאג ווערט ראש השנה באשטימט אויף דאנערשטאג[9]. לויט טייל מקורות איז שוין דער כלל שוין אנגעגאנגען איידער דער לוח איז געווארן באשטימט על פי חשבון[10], און עס איז א תקנה פון תנאים[11] אדער הלכה למשה מסיני[12]. דאקעגן, אין דער לוח פון די לכאורה-איסיים פון קומראן האט זיך יעדער יאר - און יעדע פון די פיר תקופות - אנגעהויבן אין א מיטוואך.

אין דער באשטימטער אידישער לוח, קען זיך פסח נישט אנהייבן אין א מיטוואך, וויבאלד עס זענען פארהאן 163 טעג צווישן פסח און ראש השנה וואס וועט אלזא דארפן אויספאלן אין פרייטאג[13].

די חכמים האבן איינגעפירט אז א בתולה זאל חתונה האבן מיטוואך[14]. היינטיגע צייטן גייט נישט אן די הלכה[15]. אין די צייטן פון די גאונים האבן זיך די בני בבל געפירט חתונה צו מאכן אין דאנערשטאג, און די בני ארץ ישראל אין מיטוואך[16]. אויך אין שפעטערע צייטן האט מען זיך געפירט אין אסאך פלעצער חתונה צו מאכן מיטוואך[17]

לויט איין דעה, האט מען אפגעשיידט דעם כהן וואס גייט פארברענען דעם פרה אדומה דווקא אין מיטוואך, כדי שבת - ווען מען טאר נישט שפריצן אים צו רייניגן - זאל אויסקומען אין פערטן טאג פון זיין אפשיידונג[18].

לויט טייל מקורות, זאל מען נישט אנהייבן זאכן אין מאנטאג און מיטוואך, ווייל זייער מזל איז נישט גוט[19]. לויט אנדערע, זאל מען נישט אנהייבן זאכן אין מאנטאג און נישט ענדיגן אין מיטוואך[20].

לויט טייל דעות, טאר מען נישט ארויספארן מיט א שיף איבער א גרויסע ים, אנגעהויבן פון מיטוואך ביז נאך שבת[21].

די צווייטע דריי טעג אין וואך, אנגעהויבן פון מיטוואך, ווערן פאררעכנט צום קומענדיגן שבת: ווען איינער לאזט שרייבן א גט, וואס מען זאל איבערגעבן אויב ער וועט נישט אנקומען ביז פאר שבת, ווארט מען אויף מיטוואך[22]. לויט געוויסע מקורות, קען מען זיך שערן די נעגל לכבוד שבת אנגעהויבן פון מיטוואך[23]. טייל האבן זיך געפירט נישט צו עסן פיש פון מיטוואך, כדי זיי זאלן עס עסן אום שבת מיט אפעטיט[24].

אין אלגעמיינע קולטורן

אין טייל איסלאמישע לענדער איז מיטוואך דער לעצטער טאג פון דער ארבעט-וואך.

מיטוואך ווערט צומאל אומאפיציעל גערופן "דער הויקער טאג" אין צפון אמעריקע, באצייכענענדיג דעם פאקט אז עס איז דער מיטלסטער טאג - אדער "הויקער" - פון א געווענליכע ארבעטס-וואך[25][26].

"לילארדאג" איז א נארדישע טראדיציע פון פייערן א "קליינע וויקענד" אין מיטוואך נאכט[27].

רעפערענצן

  1. זעט אויך ברכות נט, ב און רש"י דיבור המתחיל שבתאי
  2. "Wednesday". Online Etymology Dictionary.
  3. משנה, תמיד ז, ד
  4. ראש השנה לא, א
  5. טור, אורח חיים, סימן קל"ג
  6. תענית כז, ב
  7. תוספת זוהר, שמות דף רע"ז
  8. אגדת בראשית, פרק נ"ב
  9. משנה תורה לרמב"ם, הלכות קידוש החודש, פרק ז', הלכה א'
  10. זעט רש"י, סנהדרין יג, ב, ד"ה וליעברה און רש"י, ראש השנה יט, ב, ד"ה והא
  11. שכל טוב, בראשית יז, יד; אגרת בן מאיר, אין: זכרון לראשונים, חלק חמישי עמוד רט"ז.
  12. רב סעדיה גאון, געברענגט אין ספר העיבור, מאמר שני שער שמיני; רבינו חננאל, שבת קטו, א.

  13. פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס

    פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    רב יהודאי גאון, הלכות פסוקות, הלכות מועד עמ' קפז, מהדורת חברת מקיצי נרדמים, ירושלים, תשי"א
  14. משנה, כתובות א, א
  15. משנה תורה לרמב"ם, הלכות אישות, פרק י', הלכה י"ד
  16. חילוף מנהגות שבין בני ארץ ישראל לבני בבל, אות ל"ח
  17. זעט: מעשה הגאונים, עמוד 55; נחלת שבעה, סימן י"ב אות א'; מנהגים דק"ק וורמיישא, נשואין אות רכ"ט
  18. יומא ח, ב
  19. שולחן ערוך, יורה דעה, סימן קע"ט, סעיף ב'
  20. שיורי ברכה, יורה דעה סימן קע"ט אות ג'; יסוד ושורש העבודה, שער הכולל פרק י"ט; תוספות ריב"א, פרשת בראשית.
  21. תלמוד ירושלמי, מסכת שבת, פרק א', הלכה ח' אין נאמען פון בית שמאי, לויט די געדרוקטע גירסא, אדער אין נאמען פון תנא קמא, לויט די גירסא געברענגט אין תשובות ראב"ן סימן ס'.
  22. גיטין עז, א
  23. אבודרהם, סדר נטילת צפרנים, געברענגט אין ב"ח און פרישה, אורח חיים, סימן רמ"א.
  24. טעמי המנהגים, קונטרס אחרון, לו,ב
  25. "Definition of hump day in English". Oxford Dictionaries. Oxford University Press. Archived from the original on November 4, 2013. Retrieved 3 September 2013.
  26. "Wednesday", The Hans India. 
  27. Woolsey, Barbara. "Lillördag: Sweden's workers de-stress with 'Little Saturday'". BBC (in ענגליש). Retrieved 5 February 2021.