מזרח אייראפע איז א געאגראפישע ראיאן אינעם אייראפעאישער קאנטינענט. דער טערמין איז פילדייטיג און איר באדייט און גרעניצן ווערן דעפינירט דורך פארשידענע פאַקטאָרן, ווי געאגראפיע, עטניציטעט, קולטור און רעליגיע, געאפאליטיק און עקאנאמיע.

דיגיטאל געפארעמטע אייראפע מיט א בליק אויף מזרח

די געאגראפישע גרעניצן הייבן זיך אן אין מזרח אויפ'ן אייראפעאישער טייל פון רוסלאנד, מערב פון די אוראל און קאווקאז בערג. עס ציט זיך מערב צו די רוסישע מערב גרעניץ, און געווענליך ווערט אויך אריינגערעכנט די דערנעבנדע בעלארוס און אוקראינע. לויזערע הגדרות לייגן צו אויך אלע לענדער וואס האבן אויסגעמאכט דעם ווארשע פאקט אונטער'ן איינפלוס פון סאוויעט רוסלאנד. קולטורעל ווערט עס געווענליך דעפינירט אלס לענדער מיט דאמינירנדע עטנישע סלאוון, און ארטאדאקסישע קריסטן.

באדייטן

 
אייראפע איינגעטיילט אין ראיאנען לויט די CIA וועלט פאקטבוך
  מזרח אייראפע, אין איינקלאנג מיט די געוועזענע סאוויעטן פארבאנד גרעניצן דעפיניציע
  צפון אייראפע
  מערב אייראפע
  צענטראל אייראפע
  דרום-מערב אייראפע
  דרום אייראפע
  דרום-מזרח אייראפע
 
אייראפע איינגעטיילט אין ראיאנען לויט די פאראייניגטע פעלקער סטאטיסטיק דיוויזיע[1]
  מזרח אייראפע
  צפון אייראפע
  דרום אייראפע
  מערב אייראפע

געאגראפיש

די מזרח גרעניצן זענען קלאר דעפינירט, און הייבט זיך אן מיט די גרעניצן פון אייראפע, ביי די אוראל בערג, אוראל טייך, און די קאווקאזן בערג. אלע שטחים מערב דערפון זענען אין מזרח אייראפע, אריינגערעכנט מערב חלקים פון קאזאכסטאן, כאטש וואס דאס לאנד איז איבערהויפט אין צענטראל אזיע. עס איז אבער נישטא א מיטל פונקט וואו מזרח און מערב אייראפע ווערן פונאנדערגעשיידט געאגראפיש, און די מערב גרעניצן ווערן דעפינירט דורך עטנישע, קולטורעלע און פאליטישע פאַקטאָרן.

די פאראייניגטע פעלקער סטאטיסטיק דיוויזיע דעזיגנירט די פאלגנדע לענדער אלס מזרח אייראפע: אונגארן, אוקראינע, בעלארוס, בולגאריע, טשעכיי, מאלדאווע, סלאוואקיע, פוילן, רומעניע, און מערב רוסלאנד. די אלע לענדער האלטן די מזרח אייראפעאישער זייגער, אויסער רוסלאנד און בעלארוס[1][2].

רעליגיעז

זינט די צעטיילונג פונעם קריסטליכן קירכע אום 1054 איז געווארן א ריס צווישן די לענדער אין מזרח אייראפע וואס האבן אנגעהערט צום מזרח ארטאדאקסישן קירכע וועלכע זענען געווען פאראייניגט מיט'ן רעליגיע, סלאווישע שפראכן און קירילישע שריפט, און די מערב לענדער, וואס האבן אנגעהערט צום קאטוילישן און שפעטער פראטעסטאנטישע קירכעס.

די צעטיילונג איז איין וועג צו דעפינירן די גרעניצן פון מזרח אייראפע, די מזרח ארטאדאקסיש דאמינירטע לענדער ווערן פאררעכנט אלס מזרח, אריינגערעכנט:

*גריכנלאנד ווערט אין מערסטנס פעלער נישט פאררעכנט אלס מזרח אייראפע טראץ איר גרויסע ארטאדאקסישע מערהייט, זייענדיג קולטורעל מער באאיינפלוסט פון דער מיטל מזרח, און וויבאלד פאליטיש איז עס נישט געווען קאמוניסטיש[3].

די קאטויליש און פראטעסטאנטיש דאמינירטע לענדער פון מערב און צענטראל אייראפע זענען אויסער די מזרח גרעניצן, און וועלן געהערן צו צענטראל אדער מערב אייראפע לויט דעם דעפיניציע, אריינגערעכנט די באלקאן לענדער, פוילן, טשעכיי סלאוואקיע און אונגארן.

געאפאליטיש

דורכאויס די קאלטע קריג, און אויך היינט נאך די צוזאמפאל פונעם אייזערנעם פארהאנג ווערט דער טערמין "מזרח אייראפע" רעפערירט צו די קאמוניסטישע לענדער, און ווערט געניצט אלס נאך א וועג צו באצייכענען די מזרח בלאק אדער ווארשע פאקט, און וועט אריינרעכענען די לענדער[4]:

די באלקאן לענדער (עסטלאנד, לעטלאנד און ליטא) ווערן היינט געווענליך צוליב איר געאגראפישע און קולטורעלע נאנטשאפט פאררעכנט אלס טייל פון צפון אייראפע[5].

היינט וואס קאמוניזם איז שוין לאנג געפאלן, די אייראפעאישע פאראיין האט זיך אויסגעברייטערט, די עקאנאמיעס און לעבנס באדיגונגען פון די אמאל-ארעמערע "מזרח" לענדער דערנענטערן זיך צו מערב, מערסטנס אמאליגע מזרח לענדער האבן היינט דעמאקראטישע רעגירונגען, איז ווייניגער מערקבאר פאליטישע און עקאנאמישע אורזאכן וואס זאל פונאנדערשיידן מזרח און מערב, און דערפאר איז היינט מער אנגענומען צו דעפינירן מזרח געאגראפיש און קולטורעל[6].

היסטאריע

דער טערמין "מזרח אייראפע" איז ערשינען ענדע פון די 18טער י"ה און אנהויב 19טער י"ה צו באצייכענען וואס זענען צוריקגעבליבן טעכנעלאגיש און האבן נישט נאכגעיאגט די פארשריט פון מערב אייראפע ביים אינדוסטריאלע רעוואלוציע. אין מזרח איז פארבליבן די אלטע שטייגער רעגירונגען געפירט דורך די עליטע וואס האבן פארקנעכטעט זייערע בירגער, כאטש וואס אין מערב אייראפע איז די סארט סיסטעם צעביסלעך אונטערגעגאנען דורך ליבעראליזאציע.

מיט'ן ענדע פונעם צווייטע וועלט קריג זענען די לענדער באפרייט פון די נאציס דורך די סאוויעטישע ארמייען ארונטערגעפאלן אוטער די סאוויעטישע הערשאפט. פון 1945 ביז 1989 האט דער אייזערנעם פארהאנג צעטיילט מזרח פון מערב פאליטיש, עקאנאמיש און סאציאלאגיש. די אונטערשייד און צוריקגעבליבנקייט פון די מזרח לענדער האט נאך אנגעהאלטן פאר יארן נאכ'ן פאל פון קאמוניזם, אבער צעבסילעך ווערט עס נאנטער.

זעט אויך

רעפערענצן

  1. 1.0 1.1 "United Nations Statistics Division - Standard Country and Area Codes Classifications (M49)-Geographic Regions".
  2. "Regions of Europe: Eastern Europe". "Eastern Europe".
  3. Peter John, Local Governance in Western Europe, University of Manchester, 2001, ISBN 9780761956372
  4. Ramet, Sabrina P. (1998). Eastern Europe: politics, culture, and society since 1939. Indiana University Press. p. 15. ISBN 978-0253212566. "די באלקאנען".
  5. Division, United Nations Statistics. "UNSD — Methodology". unstats.un.org.
  6. ""Eastern Europe" Wrongly labelled" (7 January 2010).  Frank H. Aarebrot (14 May 2014). The handbook of political change in Eastern Europe. Edward Elgar Publishing. pp. 1–. ISBN 978-1-78195-429-4.

קאַטעגאָריע:מזרח אייראפע קאַטעגאָריע:אייראפע מוסטער:קרד/ויקי/אנגלית